Original scan
Original memorial-book scan 30
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1178

26 דראהיטשין פראדוקטן, דאס הײסט, תבואות, און עס פארקויפט אין שטעטל איבערלאזן, מיטן אײגענעם װילן צי נישט, אין די ײדישע פאר דעם הײמישן געברויך, אדער צו פרעמדע עקספארטערן, קראמען, װעלכע פלעגן זײן אזוי אויסגעפילט פון קונים, אז װעלכע פלעגן די סחורה אנגרוזעװען אין פראכט־װאגאנען עס איז נישט געװען אפילו װו א שפילקענע קעפל ארײנצוקומען און דאס טראנספארטירן אין די גרויסע שטעט. באװוסט װארפן. די קרעמער האבן אויף יעדן יריד געמוזט צונעמען זײנען אויך געװען די ײדישע דארפס־גײער, אזעלכע, װאס עקסטרע הילף אויף צו ענטפערן די קונים. די פויערים און פלעגן זיך אװעקלאזן איבער די דערפער מיט א זעקל אויף די פויערטעס האבן אממײנסטן געקויפט גאלאנטערי־סחורות! די פלײצעס און אײנהאנדלען בײ די פויערים א פוד סימניע, נאדל־פאדים, שניט (ציצינה קלײדער־שטאפן, פארטשײלקעס), א הון, תזיר־האר און עס ברײנגעען אין שטאט צו פארקויפן. הערינג, גאזע (נאפט), ליכט, שװעבעלאך, זאלץ, טראן צו א באזונדערע שפערע פון פרנסה זײנען געװען די ספעציעלע שמירן די שטיװל, דזשעגאכטס צו שמירן די רעדער פון װאגן 5 א גרויסער יאריד אין דראהיטשין נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה.

passage_ba616679eb82c344f8513ac1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1180-2311

גרויסע ירידים, די קלענערע ״מאנטאגלעך״ פאר פסח און די געװײנלעכע מארק־טעג. אין די דאזיקע ירידים פלעגט דאס גאנצע שטעטל װערן אויסגעפילט מיט פויערים און סוחרים, װאס פלעגן אנקומען פון אלע ארומיקע דערפער און װײטערע שטעט און שטעטלאך. עס איז געװען ממש קאף אויף קאפ. די פויערים פלעגן בריינגען אףיף די ירידים צו פארקויפן: בהמות, קעלבער, פערד, הינער, אײער, קארטאפל, קארן, הא־ בער, גערשטן, פראסע (פאר הירזש), סימני ע (צו מאכן אויל), שװאימען, תזיר־האר, שעפסן־װאל, הײמיש־געמאכט ליװונ ט פון פלאקס א.א. דער פויער האט זײנען סחורות נישט געפירט צוריק, אלעס פלעגט אפגעקויפט װערן דורך ײדישע סוחרים פון דראהיטשין און אנדערע שטעט. דאס געלט, װאס דער פויער פלעגט אײננעמען פאר זײנע סחורות, פלעגט ער אויך נישט פירן אין דארף. ער פלעגט עס פארשײדענע אײזענװארג, װי, קאסעס, סערפן, פלוען(אקערס), טשעהונענע כלים א.א. אין יעדער ײדישער קראם האט דער פויער געקענט קויפן פון א נאדל־און פאדעם ביז א פונ ט דזשעגאכץ צו שמירן די רעדער. (אפילו אין די וװלװארטם םטארם קריגט מען ניט אזא אויסװאל פון סחורות און מציאות.)

passage_c762ddc431920c469d35873c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2313-2846

זײער געשמאק האבן אויך געלימט די בעקער און די קװאסניקעס. דער פויער האט זייער ליב געהאט אײנמאל אין אנאװינע צו עסן א װײסע ב;לקע און צו פארטרינקען מיט א פלעשל קװאס (א סארט לעמאנאדע). בײם פויער איז עס געװען א יום־טוב. ספעציעל פלעגן די פויערן אײנקויפן װײסע בולקעס, הערינג און קװאס אויף זײערע ״חגאות״. דאס איז געװען זײער באליבטער מאכל. עס זײנען אין די ירידים־ טעג אויך געװען פול די טראקטירן און די שײנקען. דער פויער איז א גרויסער טרינקער פון שנאפם, //װאדקא״. ביר

passage_1cde914fee6ed59bdb4d596f