Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 304
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1262

300 דראיה לעצטע רחורכן דראהיטשין שחיטה פון געטא א׳— א 3000 ײדן אומגעקומען א קורצע צײט נאכן טויט פון די 16, דעם 15־טן אקטאבער 1942, צטער אדער 6טער חשון, תש״ג, איז דראהיטשין ארומגערינגלט געווארן פון אוקראינישע פאליציאנטן און אלע אײנוואוינער פון געטא א׳ זענען ארויסגעפירט געווארן צו דער באן־סטאנציע, ניט װײט פון אלטן בית־עולם, און דערשאסן געװארן. אין משך פון געצײלטע טעג זענען אויפגעזוכט גע־ װארן אלע ײדן, װעלכע האבן זיך אויסבאהאלטן אין די פאר־ שײדנסטע באהעלטענישן א^-ן אװעקגעפירט געווארן צום אומשלאג פלאץ, נעבן דער באן־םטאנציע. דער אלטער גדליה גראסמאן, װעלכער איז גראד א קורצע צײט פאר דער ״אקציע״ געזונטער געווארן, נאכדעם װי ער איז א לענגערע צײט געװען שווער קראנק, איז געפונען געווארן אין א קעלער צוזאמען מיט זײן שנור דארע און אײניקל בלומע, פעלדקזער אהרן לאסאװסקי און אלטער פרידענבערג (דוד מרדכי׳ס װארשאװסקיס אײדעם), זײ זענען אלע אװעקגע־ פירט געווארן צום אומשלאג־פלאץ און דערשאסן געווארן. טוביה זבאר׳ װעלכער האט זיך א קורצע צײט אויסבא־ האלטן אין א װאלד, איז אלײן געקומען אין שטאט ארײן און זיך איבערגעגעבן אין די הענט פון דער פאליצײ, בעטנדיק מ׳זאל אים דערשיסן. זײן ביטע איז דערפילט געװארן.

passage_2125cbbc5a6ff04b3515dc34
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1264-2490

די דאקטוירים לאמפעלאון שעכטער־אבנדידי דײטשן געלאזן דערװײַל לעבן, כדי זײ זאלן ארבעטן אין שפיטאל. אבער די דערמאנטע האבן מװתר געװען אויפן דײטשן חסד און באגאנגען זעלבסיטמארד. די גראסמאנ׳ס. — ר׳ גדליה (פאטער), זעליג(רעכטם) און בלומע אײניקל, אומגעקומען, הי״ח ירמיה (לינקס) און חײם לײב לעבן. ט ש י ן יא. דײטשן הןןצן גוײם צו חרג׳ענען אנטלאפענע ײדן די ארומיקע גוים האבן דאן באקומען א באפעל זײ זאלן יעדן ײד װאס זײ טרעפן ברײנגן אין פאליצײ און דערפאר װעלן זײ באקומען 500 קארבאװאנצעם (50 דײטשע רײכם־ מארק), א פלעשל בראנפן און א פעקלט טאבאק. אין קעגנטײל, אויב זײ װעלן א ײדן אויסבאהאלטן װעלן זײ זעלבס ט דער־ שאסן װערן. גוים האבן דעם באפעל אײפעריק דערפילט. ארע־ מע ײדן פלעגן זײ איבערגעבן אין די הענט פון דער פאליצײ, רײכערע—פלעגן זײ אלײן דערהרגענען און באגראבן. ניט גע־ װען פאר ײדן קײן ארט װאוהין צו אנטלויפן. אלץ איז מאבי־ ליזירט געװארן קעגן זײ און אומעטום האט געלויערט דער טויט. אלע גוישע פרײנט האבן פארראטן. קײנער, קײנער האט דעם ײד נישט דערקענט בעת זײן אומגליק.. . בן־צױן בעזדזשעזסקי, א ױנגער עסק ן פון פועלי־צױן, איז אהרן לאסאװסקי, הי״ד אלטער פרידנבערג, הי״ד

passage_b9f19ec7cc7e7ef45462be51
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2492-3562

בע ת דע ראקציע אנטלאפ ן צו זײן פאטער ם ״גוײשע פרײנט ״ אי ן דאר ף פאיאםי , האב ן ז ײ אי ם געבונד ן או ן געבראכט אי ן דע ר פאליצײ ארײ ן או ן דאר ט אי ז ע ר דערשאס ן געװארן. . דאם זעלבע האב ן געטא ן די בילינקע ר ״גוײשע פרײנט ״ פו ן רבקה סערטשוק (די פרוי פו ן פישל דע ם קצב) א 1 ן פי ל אנ ־ דערע . געיאג ט װ י די װילד ע חױת האב ן ײד ן דא ן אינערגע ץ ני ט געפונע ן קײ ן מקו ם מקלט או ן קײ ן הילף . פארטיזאנישע גרופן , װעלכ ע זײנע ן צו יענע ר צײ ט אנט ־ שטאנע ן אי ן די װעלדער ארו ם דראהיטשין , זײנע ן אי ז ד י מערהײט־פאלן באשטאנע ן פו ן אוקראינישע נאציאנאליסט ן אדער סתם באנדיט ן א^ ן ז ײ פלעג ן אומברענגען יעדן ײח ׳ װא ס ז ײ האב ן אנגעטראפ ן אוי ף זײע ר װעג . ארו ם כאמסק הא ט צ ו יענע ר צײ ט געארבע ט דע ר פאר ־ טיזאנישע ר אטריא ד פו ן דזשענקאװסקין . די דאזיקע באנדיט ן פלעג ן סיסטעמאטיש אומברענגען יעד ן ייד װא ס ז ײ האב ן גע ־ כאפט , װעלנדיק , אזו י ארום , אפװישן יעד ן שפו ר פו ן די רציחות װא ס ז ײ זײנע ן באגאנגע ן אי ן כאמסק אײדע ר ז ײ זײנע ן אנטלאפ ן אי ן װאלד ארײן , מסתמא אלס מורא פא ר נקמה , או ן געװאר ן פארטיזאנער.. .

passage_3ef81a8ac57a7395fe72c85b