Original scan
Original memorial-book scan 306
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1137

302 דרא הײט שין מיר װעלן זײ דעריבער ניט אויסליפערן אין די הענט פון דער ס.ד. אדער געסטאפא. די לאגער ארבעטער האבן קנאפ־װאם געגלויבט די הבטחות. פון טאג צו טאג זענען אנגעקומען אין לאגער אוקראינישע ארבעטער און ײדן האבן געזען באשײמפערלעך אז זײ זענען שוין /׳איבעריקע מעננמזן׳/ אז מ׳קען שוין אויספירן די אר־ בעט ביי די ״בינדויגע־קלעצער״ אן זײ. אלע דואבן פאר־ שטאבן אז א ליאדע טאג װעט מען קומען זײ אומצוברענגען. אין יענער צײט האט אין ראדאסטאװ געלאגערט אן אװיא־ אפטײלונג פון דײטשן מיליטער. ײדישע מײדלעך האבן גע־ ארבעט אין דער אפטײלונג אלס קעכינס און װעשינס. די זעל־ נער האבן זײ פארטרויט, אז זײער אפטײלונג איז באאויפטראגט געװארן אומצוברענגען די ײדן, זײ האבן אבער דעם ׳ אויפ־ טראג ניט אנגענומען, דערקלערנדיק, אז פארניכטונגס־אקציעס געהערן ניט צו זײער קאמפעטענץ. דאס דארפן דורכפירן די ס.ד. אדער געסטאפא אײגהײטן. אויך זײנען זײ, די ײדן, נויטיק צו פארעזײדענע ארבעטן. נאך אונדזער אפפאר׳ האבן די זעלנער געזאגט, װעלן געװיס קומען געסטאפא־מענער אײך אומצוברענגען, אנטלויפט באצײטנס אין די װעלדער.

passage_cd635740ef1b4145d94299ad
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1139-2231

אנטלויפן אין וואלד ארײן איז יפון גאראװיצע — דעם ארבעטס־פלאץ פון די דראהיטשינער ״ביגדױזשניקעס״ אין ראדאסטאװ (בינדױזשניקעם־ארבעטער ביי א םפלאװ פון האלץ, די וואס בינדן צונויף טראטװעװ און פיר ען מיטן װאםער אין װײטערע מקומות) — געװען זייער לײכט. א שפרונג פון די בינדױגע־קלעצער און דו ביסט שוין אין װאלד. ײדן האבן דעריבער געטראכט, אז זיי װעלן אפילו אין דער לעצטער מינוט, װען מ׳װעט שוין אנהויבן שיסן, נאך אויך באװױױן צו אנטלויפן. ביז װאס־װען האט קיינער קיין חשק ניט געהאט צו פארלאזן דעם לאגער, די שטוב, דעם דאך איבערן קאפ און שוין אנהויבן צו לעבן װי א בראדיאגע. אלע האבן זיך געשראקן פארן װאלד, פארן װינטער װאם דערנענטערט זיך. מ׳האט פארשטאנען אז ס׳װעט זיך אגהויבן די אקציע װעלן אלע גוײם פון גאנצן געגנ ט מאביליזירט װערן צום ״געיעג״ נאד די אנטלויפנדיהע, א װ ם׳װעט זיי ז זײער שװער פאר פון לינקס: מאיר מ. הויזמאן, מנחם שטײנבערג, פרץ גאלדמאן, העניע וףאלעװעלסקי, צבי לעחאק, אשד מעשטשאנין, מרדכי גאטליב. שטײען לינ.: בערל גאטליב, משה גאלדבערג. בית״ר.

passage_db60de7b37a418db3c22d9ac
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2233-3365

מענטשן, װעלכע האבן קײן אנונג ניט אין װאלד־באדינגונגען, זיך דארט אויסצובהאלטן און לעבן בלייבן. אויסער דעם זײנען אין לאגער געװען עטלעכ ע קראנק ע ײדן: קדי ש גרינשטײן, דער קרעמער יעקב גאראדעצקי און זײן פרוי, װעלכע האבן בשום אופן ניט געקאגט אנטלויפן און זײ האבן צוגערעדט די איבעריקע זײ זאלן װארטן ביזן לעצטן מאמענט. װײל אין פאל עמיצער װעט באצײטנס אנטלויפן װעלן אלע איבעריקע דא שטרענג באשטראפט װערן. די מורא פארן װאלד, די זארג פאר די שװאכע, װעלכע קענען בשום אופן ניט אנטלויפן, און די האפענונג, אז מ׳װעט דעם װאלד סײװי קײנמאל ניט פארשפעטיקן, האבן גורם גע־ װען דערצו, אז קײ־ ^■ } 88 ^ ^^||||| 6 ||||| | נע ר איז ניט אנט־ לאפן, אלע האבן גע־ ־וארט אויפן אומגליק. די ארבעטער האבן, זינט ס׳איז זײ בא־ קאנ ט געװארן װעגן חורבן פון געטא א׳, אויפגעהערט שלאפן בײנאכט. אין די זאכן ליבע און ליבע ךן״, ך האבן זײ זיך געװא ל גער ט אויף די דילן פון די פאר בנינים, װאו זײ האבן גענעכטיקט און דערװײל זיך צוגעהערט צו יעדן שארך פון דרויסן, גרײט יעדע מינוט צו לויפן אין די אומבאקאנטע װעלדער.

passage_6601d70b8864820e67daad5b
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3367-4700

געװען אין לאגער עטלעכע ישובניקעס, געװעזענע דארפס־לײט: לײב פעלדמאן (זון פון מאיר װידל פעלדמאן), אברהם אדלער (פון טשעראמכע), זלמן ארליאנסקי (פון לעכעװיטש), און ייִדן פון דארף װיעטלע. זײ פלעגן אין די אװנטן באזוכן באקאנטע גױים און פיר ן מיט זײ אונטערהאנדלועען װעגן אויסבאהאלטן זיך בײ זײ װען דער אומגליק װעט קומען. געקומען איז דער אומגליק דעם 4־טן נאװעמבער, 1942, אינדערפרי (סוף חשװן תש״ג). יענעם פרימארגן האבן די ארבעטער ארויסגײענדיק צו דער ארבעט באמערקט װי ם׳פארן זײ אנטקעגן דײטשן אין טאקסװוקעס. די דײטשן האבן געעפנט אױף די ארבעטער א פײער פון מאשינגעװער און אװטאמאטן און געשריען צו די אנטלויפנדיקע: ״האלט, פארפלוכטע יו־דעף.״ לײב פעלדמאן, די װיעטלער ייִדן, דװאשקע ספעװאק זײנען געפאלן די ערשטע קרבנות. אלע האבן אנגעהויבן צו לויפן, ני׳ט װיםנדיק איינער פון אנדערן און װאו צו לויפן... פון די 120 ארבעטער אין ראדאס^יו איז אן ערך 40 געלונגען צו אנטלויפן. די מערהײט פון זײ זײנען אבער אין משך פון א קורצער צײט ארײנגעפאלן אין גױישע הענט און אומגעקומען. טייל זײנען װינטער 43־1942 געשטארבן אין זײערע באהעלטענישן פון קעלט, הונגער און לײז. נאר א 15 פערזאן האבן אין פארשידענע באהעלטענישן, ניט װיםנדיק איינער פון אנדערן, אויסגעד׳אלטן דעם ערשטן װינטער אין װעלדער.

passage_914a2e521029603686988434