Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 319
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1177

הורבן און אזטקום 315 אן אויפקלערונג פון רחלקראװעץ (נױ־יארק) איך בין אן ״עד ראיה״ פון דעם הורבן פון דראהיטישין. איך בין געלײטערט פון פייער און בלוט. איך האב אלעס צוגעזען און צוגעהערט, װאם איז פארגעקומען אין דער געטא פון טויט... און איך װיל דא ריכטיק־שטעלןײניקע פאקטן, װעלכע שטימען ניט מיט דער װירקלעכ־ קײט. איך הער, אז מען |||]■^■^|■^^^||||| | מורמלט און מען באשולדיגטײניקע ייִדן איןנישט קײן גוטער האנד־ לונג בנוגע דעם ײדי־ שן קהל אין דרא־ 111 ^ ^ ך א 1 1 ;! ^ ־ 9 ^׳, ' 1 ־ ^^ 1 ^ ^ ןן, ך ןןאף ף קאטעגאריש אפדי באשולדיקונגען. נישט אלץ איז ריכטיק. בײ מײן פאטער (איצקע קראװעץ) אין הויז איז פארגעקומען די גרינדונג פון ״ױדען־ראט״, װײס איך, װי אלע פארזאמלטע ײדן האבן ממש מיט געװאלד אנגעצװועונגען די פירערשאפט פון ״ױדען־ראט״ אױףײנעם פון אונדזערע שכנים, װעלכער האט געװײנט און זיך געבעטן, אז מען זאל אים אויסלאזן און אויםװײלן אן אנדערן. לםוף, ^:ער האט ער זיך געמוזט אונטערװארפן דעם דעת הקהל און׳האט אנגענומען די פירערשאפט. ״ער״ איז אונשולדיק: קײנער אױף זײן ארט װאלט בעסער ניט געהאנדלט!.. .

passage_cd0112762a5e2688a9a53a36
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1179-2518

צו ם בײשפיל, װען די דײטשע רוצחים האב ן ארויםגעגעב ן די גזרד״א ז יעדער ײד מוז אפגעב ן די זילבערנע גאפל, מעסער און לעפל, האט מײן מוטער ארײנגערופ ן דעם געװײלט ן ײדיש ן פירער אין שטוב, זי האט געעפנ ט דעם טיש־קעסטל און צו אים געזאגט: ״נעמט װיפיל איר באדארפט!״. ״אנדערע האבן געשאלטן און געזאגט, אז ״ער״ נעמט דאם פאר זיך... שפעטער װען די דײטש ן האב ן געפאדערט גאלד האט מײ ן מ־טער ארויסגעריכט אײערע גאלדענע צײן א, ן ״אים״ אװעק־ געגעבן. ער איז דאך געװען אונדזער שליח־צבור, און ער האט געמוזט אויספירן די פארארדענונגען פון די דײטשן, אז נישט װאלט ן די דײטש ן דערשאם ן פיל יידן... אדער נעמט דעם טראגיש ן פאל מיט די דרײ ײדישע ױנגעלײט, די ברידע ר טענענבוי ם און זאװעלאװםקי, װעלכע זײנען אנטלאפן פון ארבעט־לאגער בײ קאברין. די דײטשע בעםטיעס האבן געפאדערט, אז דער ״ױדען־ראט״ זאל די אומגליקלעכע ײדישע ױנגעלײט אויפהעעען אין מיטן מאדק. האט דער ״ױדען־ראט״ געװארפן גורל, װער עס זאל אדורכ־ פירן די עקזעקוציע און דער ביטערער גורל איז געפאלן אויף א פאר ױנגעלײט. זײ האבן געקלאגט און געװײנט און עס געמכט אויספירן... װאלט ן זײ דאם נישט געטאן, װאלט אן אנדער ײד געמוזט דאס טאן... אדער עס װאלט ן געפאלן נאך מער װי די דרײ קרבנות... ״ער״ איז געשטארבן צוזאמען מיט אלע קדושים, מיט א הײליקן טויט.

passage_58a2796f9ab46dec0add0f70
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2520-3844

מײן פאטער, װעלכער האט נאך געלעבט א שטיקל צײט נאך דעם אומקום פון דער געטא, האט דורך א שפארונע פון דעם דאך פון אונדזער הויז, געזען װי די דײטשע מערדער האבן ״אים״ געפירט צוזאמען מיט ישראל זעליק׳ס פרוי, פײגל, — צו דער הריגה.. . ײדישע נקמה ! תמות נפשי ;ןם פלשתי פ איבערגעגעבן פון רישװעמסטער שרה און רחל קראװעץ (איצקע דעם רימערס טעכטער) ״די פויעריבם פון דז^זרף זזה^זריטשקע און פון ן<1נדערע דערפער האבן אויסגעגעבן פיל באהאלטענע ײדן צו די דײטשע רוצחים. פאר יעדן געכאפט ןײד האבן די מוזשיקעם. באקומען פון די דײטשן 500 מארק אלס באלוינונג. די בא־ האלטענע ײדן זײנען נאטירלעך פארפײניקט געװארן צום טויט און זייערע טויטע קערפערס האבן די דײטשע בעסטיעם ארײנגעװארפן אין א םפעציעל אויסגעגראבענער גרוב אין בראנער הויף..״ אזוי האבן איבערגעגעבן די שװעסטער קראװעץ • פאר א קירצער צייט נאך דער צװײטער שחיטה, װען דראהיטשין איז שױן געװען ״יןדען־רײן״, — דערצײלן די געראטעװעטע שװעסטער קראװעץ, — האט זיך אונדזער גאנצע פאמיליע אויסבאהאלטן אויף דעם בוידעם פון דער הויז פון אונדזער שכן, משה ליעװאק. אבער זעענדיק, אז די לאגע װערט אונערטרעגלעך און די רוצהים קענען אליאדע טאג אנטדעקן אונדזער באהעלטעניש, האבן מיר באשלאסן צו אדורכרײסן דעם דײטשישן קארדאן און אגטלויפן אין װאלד.

passage_9ca200e3e76d07e3d2030fe4
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3846-4607

אין אפינסטערע נאװעמבע ר נאכט, מיט א קלײן קינד אויף די הענט, זײגען מיר ארויס יפון אונדזער באהעלטעניש און זיך געלאזט אין דער ריכטונג פון װאלד, קריכנדיק אויף אלע פיר זײנען מיר בשלום דערקראכן צום בראנע ר װאלד און דארט זיך באהאלטן אין די לעכער פון די אלטע בוימער. שפעטער האבן מיר אין װאלד אפגעפונען גא ך ײדן פון דרא ־ היטשין, װעלכע עס איז געלונגען צו אנטלויפן פון דער לעצטער שחיטה. מיר האבן געמאכט ״זעמליאנקעם״ אין דער ערד, און דארטן האבן מיר, אין גרויס שרעק פאר די מערדער״ אפגעפינצטערט אןנדזערע טעג און נעכט און געװארן גע ־ פײניקט פון הונגער און קעלט.. . בײנאכט פלעגן מיר זיך ארויםלאזן צו זוכן שפית אין די ארומיקע כוטערם. צו אוגדזער גליק האבן מיר אײנמאל

passage_b09d7fffbf40cf09076b4b35