Original scan
Original memorial-book scan 323
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-618

חורבן און אומקום 319 שטײען פון לינקס: ליבע קיר, מרדכי קאלאדנה חנה שמיה קרײנע פאריצקי, הערשל גאלדמאן און פײגל סאלעװער. זיצן פון לינקס: ציפקע סאלעװעה אשר מעשטשאנין אװשײנדל ציזש. אחוץ אשרן און הערשל — אלע אומגעקומען, הי״ד! ער זאל ראטעװען זייערע מענער פון טויט. דער גלח פא־ לעװםקי איז טאקע באלד אוועק צום ם. ם. אנפירער און אויםגעפועל ט די באפרייאונג פון רב מיט 30 פון די פארהאל־ טענע. 5 ײדן זײנען געבליבן אלס ערוב׳ניקעס בײ די דײטשן אין די הענט ביז מ׳װעט אײנצאלן די םומע קאנטריבוציע. דאן האבן די רוצחים פארארדנט די ײדן אריבערצו־

passage_174d88c8894ad0d2bb059d2b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 620-1708

ציען זיך פון זײערע הײזער אין געטא אריץ. פיל ײדן האבן נישט געװאלט פארלאזן זײערע הימער. איך בין נאך דאן גע־ װען בײ מיר אין הויז׳ װײל איך האב באצאלט א םאך געל ט כדי צו װערן ארײנגענומען אין דער גרופע פון ערד־ארבע־ טער. די נאכט׳ װען די דײטשן האבן ארײנגעטריבן די ײדן אין געטא׳ בין איך געװען באהאלטן אין שטאל׳ אויף דעם בוידעם. שפעט בײנאכט האב איך דערהערט שרעקלעכע קולות פון מײנע שכנים־ חאשע אײזיקם (װלאדאװםקי) האט נישט געװאלט אזוי גיך פארלאזן איר הויז׳ האט איר דער פאליציאנט׳ א לעכעװיטשער גוי, דערשטאכן צום טויט מיט זיץ שפיז. דאס זעלבע האט ער געטאן צו חאשע ם טאכטער, הינדען, װעלכע איז אויך געפאלן א דערשטאכענע. א װײלע שפעטער האב איך געהערט די קרעכצן פון אלטער דעם םא־ כערם טאכטער, וועלכע איז אויך דערשטאכן געװארן׳ װײל זי האט נישט געהאט גענוג געל ט צו געבן. דער דאזיקער גוישער רוצח פון לעכעװיטש איז װײטער געבליבן אין שטאט און האט געטאן מיט די ײדן װאם זיץ הארץ האט געגלומט, װײל פאר טויטן ײדן האט מען געקראגן א העכערן ראנק און געלט.

passage_8891d52e796a37b171a78416
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1710-2373

אײדער מ׳האט די ײדן פץ דראהיטשין פארשלאסן אין די געטאס האבן די דײטשן געבראכט צוטרײבן אין שטאט די ײדן פון מאלטש און שערשעװ. זײ זײנען געטריבן גע־ װארן הונגעריקע, בארװעמע, צװײ טעג נאכאנאנד. די קלײנע קינדער און די שװאכע האבן די דײטשן דערשאסן אויף דעם װעג. יעדער אײנער אין שטאט האט אװעקגעגעבן דעם לעצטן ביםן ברויט און קישן פאר די מאלטשער און שערשעװער ײדן, װעלכע זײנען געװען שרעקלעך הונגעריק און צע־ בראכן. איך אלײן האב געהאלטן ביי מיר אין שײער א פא־ מילי ע פון 5 מענמשן(ארינאװםקי פון שערשעװ) און זײ בא־ זארגט מיט עסן און קלײדער ביז דעם טאג װען מען איז אװעק אין געטא.

passage_ce5d77e6b5e3c52ec7c6a706
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2375-3787

דיגעטאאיזגעװעןאײנגעטײלטאיצװײטײלן: געטא 1 — יפארדיגעזונטע, און געטא 2 — פארדישװאכע און קראנקע. אינגעטא 1 האבנזיךגעפונעןאריבער3 טויזנט ײדן און אינגעטא 2 זײנען געװען ארום: 1600 פערזאן. יעדן טאג האטמען די פון געטא 1 געשיקט ארבעטן אין ליפניק און ראדעמסטאװע. איך האבזיךאײנמאל פארשטעלט פאר אקריםטין און געװאלט אנטלויפן פון געטא. דידייטשן האבען אבער, צוליב מיץײדישן אויםזען, מיר דערקענט און צוריק־ געבראכט צום ײדנראט, װעלכער האט נאך פיל פראטעק־ ציע און געלט, װאם איך האב באצאלט, מיך באשטימט צו מאכן שטריק. איך בין םפעציעל געפערן קיץ יאנאװע, ווו איך האבזיך צוגעלערנט די ארבעט פון מאכן שטריק. צוריק־ קומענדיק האב איך געבעטן בײם ױדענראט זײ זאלן מיר געבן העלפער צו מײן ארבעט. איך האב אויסגעקליבן יהודית װינאװקער, קרײנע פאריצקי און נאך אנדערע ײדן, מײנענ־ דיק אזוי ארום צו קענען זײ ראטעװען פון טויט, װײל די דײטשן האבן מיר דערלויבט ארויסצונעמען 15 מענטשן פון געטא צו מײן ארבעט. אויך דיהאפענונג איז אויסגערונען. דײטשן טרײכן געטא ג׳ צום טויט, זיראטעװעטזיד אײנמאל, אין א מיטן נאכט, ארום 12 אזײגער, איז די געטא איבערפאלן געװארן פון ס. ס. הענקערם, װעלכע האבען פארנומען אלע ײדן מיט דעם ױדענראט און זײ געטריבן צו דער ״בראמע״. מיר איז געלונגען צו אנטלויפן און זיך בא־ האלטן הינטער אונזער שײער.

passage_fde2bebae1221d50bab7a6c6
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3789-4625

שפעטע ר בין איך געלאפן צו די נײע גערטנער. פון דארט האב איך זיך אומגעקערט און אװעק צו דינה׳ן, שמואליק׳ם פרוי, װעלכע האט געהאט א באהעלטעניש. לײדער, האבן די דײטשן אויסגעפונען דאס באהעלטעניש און איך האב זיך פון דארט געראטעװעט. לויפנדי ק פון דינה שמואליקס האט מיך א פאליציאנט גע־ כאפט, אבער א דאנק דעם, דיו ה מילנט ר הי״ד • ו י־ ״ ן־ י ^•־ע י ׳ ״ ' * װא ס איך האב געהאט בא־ האלטן בײ זיך אביסל געלט, האב איך זיך אויסגעקויפט בײם רוצח און װײטער געלאפן מיטן שליאך קײן סאכע און דארט זיך באהאלטן בײ א קריסטין מארוםיע זאטאנסקא. די צװײטע נאכט האב איך זיך געלאזט אין דער ריכ־ טונג פון דובאװײ צו א ״כוטער״, װו איך האב נאך פריער געגעבן צו באהאלטן מײן פארמעגן. די קריסטין באלעבושקא, װאס האט געהאט מײן פארמעגן, האט מיר געגעבן אן ארט

passage_783d9f05f7ee2a4d0f7ef9d1