Original scan
Original memorial-book scan 328
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1388

324 דראיהיטשין בײנאכט זײנען מיר פון דארטן אװעק און זיך געלאזן אין אן אנדער ריכטונג. מיר האבן זיך דערשלעפט צו אזעל־ כע בלאטעס׳ װאו ס׳זײנען געשטאנען סטײגלעך הײ און דארט איז שטענדיק װאסער. אהין קומען פויערים נאר װינטער, װען עס פארפרירט דאס װאסער. איך מיט מײנע קינדער האבן דארט, אונטער א סטײג הײ, געמאכט אונדזער הײם. אויף די קארטשע סמאך איז געװאקסן זשראכלינעס, אזעלכע יא־ געדעס, מיט דעם האבן מיר זיך דערנערט. אויך דארט האבן מיר לאנג ניט געקענט זײן, װײל גרויסע מחנות װעלף זײנען דארטן ארומגעגאנגען, און מיר זײנען געלעגן אין װאסער און דערצו איז דארטן געװען פארשײדענע מיאוסע באשע־ פעגישן װאס די בלאטעס באזיצן.. . נאך צװײ װאכן זײנען מיר קוים ארויס לעבעדיקע פון דארטן, געשװאלענע פון הונגער, קעלט און נעץ. אויף װײטער איז געװען אוממעגלעך אויסצוהאלטן. מיר זײנען ארויף אויף א טרוקענעם שטיקל פעלד און זיך אװעקגעלײגט אויפן גראז. עס איז געװען א שײנער הארבסט־טאג. די נאטור ארום איז געװען אזוי פרײ און די זון האט געשײנט. מיר האבן זיך דערמאנט אן דער הײם, אין מײן אומגעקומענעם מאן און טאכטערקע.. . איך מיט די קינדער האבן זיך צעװײנט אויפן פינצטערן גורל אונדזערן.. . ײדישע פארטיזאנער ראטעװען זײ פון טויט אין יענעם ארט איז גראד פארבײגעגאנגען א גרופע פארטיזאנער און זײ האבן אונדז דערזען. זײ האבן דערזען א

passage_24cab1471e77e747312d05a3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1390-2103

אויבן פון רעכטס : רײזל מילנער , חײטשע בוף־ראזנננבוים , חנה בראװערמאן , רײזל סאראטשיק . אונטן רעכטס : א . שושאנאװ , בײלטשע סאפאזשניק . חוץ די רײזל׳ם אלע אומגעקומען הײ׳ד ! שעפסל , אײדל־חיה (מילנער ) קאגאן און 2 קינדער אומגעקומען , הי״ד ו זין ניסל , מאיר , גדל אין ישראל . ז.ז . 295 , 352 פרוי מיט צװײ קינדער , אויסגעמאטערטע , געשװאלענע פון הונגער , װאס ראנגלע זיך מיט דעם טויט.. . מיר האבן זי דערצײלט װו מיר האבן זיך ביז יעצט אויסבאהאלטן . זי האב ן מיט רחמנות געקוקט אויף אונדז און דערצײלט אז ארום יאנאװע האט מען אין די װעלדער אויסגע׳הרג׳עט א סאך ײדן , אנטלאפענע פון די שחיטות . עס איז אונדז געװען פינצ- טער צו הערן די טרויעריקע בשורה .

passage_f359815b7ccb1f6b77799caa
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2105-3170

די פארטיזאנער האבן אונז געבראכט אין סװאריצע־ װיטשער װאלד, װו מיר האבן שוין געטראפן אזעלכע אומ־ גליקלעכע ײדן װי מיר, אנטלאפענע פון דער שחיטה. עס זײנען דארט שוין געװען עטלעכע הונדערט ײדן. אהין פלעגן יעדן טאג קומען ײדן, װעלכע האבן געזוכט א רעטונג פון אומקום. מ׳הא ט אין װאלד, אונטער דער ערד, אויסגעגראבן גריבער, װו מען האט זיך אויפגעהאלטן. דאס לעבן איז גע־ װען זיכערער, א דאנק די ײדישע קאמאנדירן אלע ק אקוגא װ (געפינט זיך הײנט אין ישראל) און אפרים באקאלטשוק, װעל־ כע האבן באזארגט עסן און קלײדונג פאר די אומגליקלעכע ײדן. עס האט זיך געשאפן דארט א פארטיזאנער־זאנע. װען מ׳איז געקומען צו א פויער בעטן ברויט, האט ער געגעבן מיט א שיינעם פנים, די לאגע איז געװארן בעסער. װען דער ראדיא־מאן פון אטריאד, מלך באקאלטשוק (א פינסקער לערער), פלעגט איבערגעבן די נײס װעגן דער דײטשער מפלה בײ סטאלינגראד און װעגן װארשעװער געטא־אויפשטאנד, האט זיך געװעקט אין אונז א פונק פון האפענונג. נאר פלוצ־ לונג, אומגעריכט, האט זיך די לאגע פארערגערט.

passage_2cacd5da98d1fe9626d65f44