חורבן און אומקום 331 גןןשרייעז איז דער נאכן פארניכטונג פון געטא־ב׳ — איבערגעגעבן פון צביה און בנימין װאלף * צװײ װאכן פאר פורים, 1942, אין א שבת^דערצײלט צביה׳ — איז קיץ קאלאניע אראפגעקומען א גרופע דײטשן פון דראהיטשין (אין באגלײטונג פח איינעם פון ״ױדען־ראט״) צביה און בנימין װאלף און האבן קאנפיסקירט בײ די ײדן דאס גאנצע זילבער, פו־ טערװארג און אלע װערטפולע זאכן. אויף צומארגנס, זונטאג, האבן די דײטשן פארװעמען אלע קאלאניער ײדן, צװישן װעלכע עס האבן זיך אויך געפונען צביה מיט איר משפחה, צו ארויספירן זיי ערגעץ. װאוהינען — האט מען נישט געװאוסט. די יידן זײנען געװען זיכער אז מען פירט זיי אומצוברענגען. גליקלעכערװײזע זײנען די ײדן דאס מאל אפגעקומען בלויז מיט טויט־שרעק... די דײטשן האבן די קאלאניער ײדן ארײעעטריבן קײן דראהיטשין און זײ איבערגעגעבן אין רשוּת פון ױדען־ראט. די דראהיטשי־ נער ײדן האבן די קאלאניע פליטים אויפגענומען מיט אפענע ארעמס; מען האט זיך געטײלט מיט זײ מיט דאס לעצטע װאס מען האט געהאט. צביד״ איר מאן, דוד, און קינד זײנען אײנגעשטאנען בײ איסר קאלעכא-וסק י (דוד׳ס ברודער). ביז דער שאפונג פון דער געטא, גיט איבער צביד״ האט מען נאך װי ס׳איז געזשיפעט. אמת, די דײטשן האבן גלײך בײ זײער אנקומען צוגערויבט בײ די ײדן אלע מענטשלעכע און בירגערלעכע רעכט. די ײדן האבן נישט געטארט גײן אויפן
טראטואר, נאר אין מיטן גאס װי בהמות. מען האט בכלל אויסגעמיטן צו װיתן זיך אין די גאסן, סײדן אין גאר נויטיקע פאלן, כדי נישט צו װארפן זיך צופיל אין די אויגן פון די דײטשן. די אײנציקע פלעצער, װאו ײדן פלעגן זיך נאך צוזאמענטרעפן, זײנען געװען די בתי־מדרשים. ײדן האבן אײנגעשטעלט, — שטיל און אומבאמערקט פלעגן זײ זיך צוזאמענקלײבן אין די שולן צו דאװנען און לערנען. שפית־פראדוקטן פלעגט מען אויך גאנץ אפט קריגן צו קויפן בגנבה בײ די פויערים, װעלכע פלעגן עס ארײנשמוגלע ן אין שטאט. און פון דעם מילך־פאקט, װאס די דײטשן האבן געשאפ ן(פון ד י קאגפיסקירט ע ײדיש ע בהמות), פלעגט מען אויך קריגן אמאל א קװארט צענטרעפוגע־מילך, דאס הײסט אפגעגאסענע מילך, א מין סר^ועטקע, און אזוי האט מען געלעבט... זײער װעלט איז פינצטןןר געװארן
גארך דער שאפונג פון געטא, איז די לאגע געװארן שװער און ביטער, געטא ב׳ (פאר ױנגע קינדער, עלטערע מענטשן און גישט קײן פאך־לײט) האט זיך געפונען אויף דער האל־ בער זײט גאס פון גאס־בית מדרש און האט זיך געצויגן פון ליטער ראדאשטשער (סוף מצרים־גאס) ביז דעם מארק. גע־ טא א׳ (פאר פאך־לײט און ארבעטס פײא־קע) האט זיך קאנ־ צענטרירט אויף דער צװײטער זײט גאס (צום ליניע) פון יעקב סידעראװ ביז דעם שול־הויף. בײדע געטאס זײנען אין פראנט פון די פענצטער פון די היתער געװארן אפגע־ צוימט מיט הויכע פארקאנען און שטעכיקע דראט. בײדע געטאס האבן פארנומען בערך א פערטל פון שטח פון גאנצן שטעטל. און אט אין דעם קלײנעם שטח האבן די דײטשן ארײגגעקוועטש ט אל ע דראהיטשינער ײדן ווי אויך א גרויסע צאל ײדישע פליטים פון כאמםק, שערשעװ, קאלאניע און פון פיל אנדערע ישובים פון ארום דראהיטשין. מען האט זיך געשטיקט צו 15 פערזאן און מער אין א שטוב.. . א טייל פון די אויסגעלײדיקטע הײזער און קראמען פון אויםערן געטא האבן די דײטשן צוגענומען פאר זיך, און אין * צביה, שװעסטער פון ישראל־אהרן טענענבוים פון שי־ קאגע, קומט פון קאלאניע. די דײטשן האבן דער׳הרג׳עט איר מאן, דוד קאלעכאװסקי, און זון. בנימין װאלף, א לעכעװי־ טשער, האט אויך פארלארן זײן גאנצע משפחה. צביה איז הײנט די פרוי פון בנימין װאלף. געפינען זיך אין הארטפארד.