Original scan
Original memorial-book scan 337
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1028

חורבן און אומקום 333 שבת בײנאכט (י״א אב׳ תש״ב׳ 25טן יולי׳ 1942) האבן די דײטשן מיט זײערע אוקראינישע און װײס־רוםישע שװארץ־אוניפארמירטע פאליצײ׳ ארומגעצעפעװעט די גע־ טא־ב׳ און אנגעהויבן טרײבן די ײדן צום אומשלאג־פלאץ אין מארק. נאטירלעך׳ די ײדישע פאליציאנטן האבן געמוזט העלפן אין דער אויסזידלונגס־אקציע. די אומגליקלעכע ײדן האט מען געזאגט׳ אז מען פירט זײ אויף ארבעט און גע־ הײמען זײ מיטנעמען עסן אויף א טאג. פיל ײדן האבן זיך אויסבאהאלטן, האט מען זײ געשלעפט מיט געװאלד פון די בוידעמער און פון די קעלערס און די יללות זײנען געגאנגן עד לב־השמים... פסח לעװ האט נישט געװאלט גײן. ער האט געזאגט־ ״אט דא, בײ מײן הויז׳ װיל איך שטארבן...״ האבן אים די רוצחים צוליב געטאן און דערשאסן אויפן ארט. אזוי זײנען אויך דערשאסן געװארן פיניע דער סאכער װאלדמאן, זלמן קאלעכאװסקי א. א. פון מארק האט מען די אומגליקלעכע געטריבן צו פוס צום װאקזאל, קײן נא־ גאריע. די שװאכע, קראנקע האט מען געפירט אויף װעגענער.

passage_a2c8566fb60a115957bdf108
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1030-2189

דערבײ האבן זיך אפגעשפילט מורא׳דיקע סצענעס פון ײדישן טראגיזם, פון העראאיזם און קידהש־השם. יצחק לע־ װינאװיץ, אלס מיטגליד פון יודען־ראט, האט געהאט די ברירה צו בלײבן. ער האט אבער מוחל געװען אויפן דײנזשישן ״חסד״. יצחק האט ארויפגעזעצט זיץ אלטע מו־ טער אויפן װאגן און איז מיטגעגאנגען מיט איר, איבער־ לאזנדיק זײן פרוי און קינדער אין געטא־א׳... דאס זעלבע האבן אויך געטאן די ײדישע פאליציאנטן זײדל פאפינםקי, משה לעװינאװיץ (קאלאניע), פיני חויזמאן, בערג א.א.זײ האבן נישט געװאלט אויסנוצן זײער פרױוילעגיע צו בלײבן לעבן און זײנען אװעק מיט זײערע צום טויט־פאר׳משפט׳ע משפחות. זײדל און משה האבן אויך איבערגעלאזט זײערע פרויען און קינדער אין געטא־א׳... אויפן װאקזאל האבן די דײטשן צוגענומען בײ די אומ־ גליקלעכע ײדן זײערע זאכן, פארשפארט זײ אין פראכט־ װאגאנען, אװעקגעפירט זײ קײן בראנע־גורה נעבן קאר־ גראסמאן, גדליה און אסקאר, אײניקל, אונזגעקומען, הי״ד! גראסמאן, דארע, אומגעקומען, הי״ד וירמיה אירמאן לעבט אין נױ־יארק. אונטן: זון אסקאר, פאטער גדליה. 1.1. 222, 300 טוז־בערעזע און זײ דארט דערמארדעט! השם ינקם דמם:*

passage_bac89baf686adcb3bc0a53c4
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2191-3101

דיגע בגדים פון די ארויסגעפירטע ײדן האבן די דײטשן צוריקגעבראכט אין שטאט, אין דער שולע ״מוריה״. דארט האבן זיי באפוילן ײדן פון געטא־א׳ אויסצוסארטירן די זאכן. די גוטע בגדים האבן די דײטשן אװעקגעשיקט קי ץ דייטש־לאנד, און די ערגערע האבן זיי פארקוייפט צו די גוײם.. . צביה׳ן, װעלכע האט זיך אויך געפונען אין געטא־ב׳, איז געלונגען צו אנטלויפן פון די רוצחים און זי האט זיך אויסבאהאלטן אין געטא׳־א׳, בײ משה לעװאק׳ן אין גארטן, ביז זונטאג פארנאכט, און אזוי ארום געבליבן לעבן. שפעטער איז זי אנגעקומען קײן ראדאםטאװע (דוד געװען דארט) און געארבעט בײ די באליעם. נא ך דער פארניכטונג פון דעפ לאגער אין ראדאםטאװע, זײנען צביה און דוד אנטלאפן אין װאלד. דוד איז אומגעקומען און צביה האט זיך דערשלאגן צו די פארטיזאנער פון ״מאלאטאװ־אטריאד״ און דארט געװען ביז איר באפרײאונג. (זען 1. 301, 304, 337, 340.)

passage_7caa8e529f2a95dc8ae7c870
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3103-4159

* דער געגנט ארום קארטוז־בערעזע איז געװען א מקום מוכ ן לפורענױת נא ך פון 1926, װען דער פילסודסקי־רעזשים האט דארט געשאפן דעם ערשטן קאנצענטראציע־לאגער פאר זײנע פאליטישע קעגנער. אבער שפעטער, נא ך פילסודסקי׳ס טויט, — אונטער דער ממשלה פון זײנע יורשים, די פאלקאװניקעס: קאץ, פריסטאר, בעק און די גענעראלער: רידזש־שמיגלי, סקלאדקאװסקי א.א., די פירער פון די אזויגערופענע ״סאנאציע״ און ״אזאן״, — האבן אין דעם דאזיקן קאנצענטראציע־לאגער געשמאכט און געפײניקט זיך יידן אין די הונדערטער... פאר יעדן קלענסטן חטא פלעגט מען, אן א משפט, פארשיקט ווערן אין קאנצענטראציע־לאגער. דער אומשולדיקער נאמען ״קארטוז־בערעזע״ פלעגט אנװארפן אן אימה... ארום בערעזע געפינט זיך אויך בראנע־גורע, וואו מען האט פון שטענדיקע יארן געגראבן און געברענט קאלך. אין בראנע־גורע זײנען פאראן, פשוטו כמשמעו, די אמת׳ע קאלך־אוױונס... און אט אין דעם דערמאנטן קאנצענטראציע־לאגער און אין יענע קאלך־אוױונס האבן די דײטשישע תלינים פארברענט הונדערטער טויזנטער יידןו... הי״ד ו ד.װ.

passage_2d6e28bab3fae693fb90d1c6