Original scan
Original memorial-book scan 341
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-946

9 • חורבן און אזמקוש 337 גז. װ. גנרער^נהױו (ישראל) שטע ישראל-הער ישראל די געװײנען און יללות פון ײדישע קינדער אין יאר 1942 בין איך פארטריבן געװארן דורך די דײטשן אין אן ארבעט־לאגער בײ ראדאסטאװע (א דארף, 15 װיארסט פון דראהיטשין). אפזײענדיק אין לאגער א האלבן יאר, האב איך זיך דערוװסט דורך א געהײמער קװעלע, אז אונזערע טײערסטע און ליב־ סטע אין דראהיטשין זײנען דורך די דײ־ טשער רוצחים אויס־ גע׳הרג׳עט געװארן. אין קורצן נאכדעם ־אב זיך די דײטשן מערדער דערמאנט, אז אין לאגער לעבן נאך א פאר צענדליק ײדן און זײנען גע־ קומען אונדז אומ־ ברענגען. אין א שײ־ נעם פרימארגן זײ־ נען קײן ראדאסטאװע ארויפגעקומען די דײטשער ס.ס.־טרופּן מיט אוקראינישע פא־ משה מענדל גערשענהויז ליצײ, װעלכע האבן מיט זײער אכזריות אריבערגעשטיגן די דײטשן, און האבן זיך געלאזט גלײך צום הויז, װו איך און מײנע ײדישע חברים האבן געװוינט.

passage_fd4429a265b4a2c484814fbd
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 948-1917

אײנער פון אונזערע חברים האט פלוצלונג מיט שרעק אויםגעשריגן: ״דײטשעם.ס. רינגלען אונז ארום.״ װע ר ע ס האט נאר געהאט פים און כח האט אנגעהויבן לויפן אין װאלד ארײן. די דײטשן האבן אבער שוין געהאט אונז ארומ־ גערינגלט און האבן מיטאמאל געעפנט אויף אונדז א פײער פון אלע זײטן. מיר האבן, טראץ דעם האגל פון קוילן, גע־ לאפן װײטער, טראכטנדי ק בעת מעשה זאל זײן װאם עס. װיל, רױט אדער טויט; אויב עס איז באשערט שטארבן, לאמיר בעסער אומקומען פון א בלינדער קויל אין פלײצע אײדער ארײנצופאלן צו די דײטשן אין די הענט לעבעדיקערהײט... אפלויפנדיק א שטיקל װעג אין װאלד און נישט הערנדיק מער קײן שיסערײ, האב איך זיך אפגעשטעלט ארומצוקוקן, װו מײנע חברים זײנען, און װירקלעך, הינטער מיר זײנען גע־ לאפן נאך ײדישע קינדער, צװישן װעלכע עס זײנען אויך גע־ װען מיץ קוזין שעפםל קראװעץ און א קאלאניער פארפאלק, דוד און צביה. [קאלעכאװסקי. צביה פון הײם טענענבוים. װ.]

passage_7ae3e391d36be15a6d6e2cf2
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1919-3227

מיר האבנ זיך אל ע צוזאמענגעקליבן אויף א פלאץ און זיך באראטן װאס מיר האבן װייטער צו טאן. 12 פערזאן זײנען מיר געװען, מענער און פרויען. מיר האבן באשטימט שעפםלן און דוד׳ן אלס אונזערע פירער און פארזארגער און מיר האבן זיך געלאזט טיפער אין װאלד. פלוצלונג קומען אונדז אן אנט־ קעגן 2 קריסטן אויף פערד און פרעגן אונז װוהין מיר לויפן. מיר זײנען אלע פון שרעק געבליבן שטײן אן לשון. נאר דוד האט זיך געפאסט מוט און האט מיט א שמײכל געענטפערט! ״פארטיזאנער זײנען באפאלן די דײטשן און שיסן אויף זײ, און ימיר, נישט װיסנדיק װאס צו טאן, לויפן זיך באהאלטן אין װאלד״... די גוים האבן זיך גלײך אפגעטראגן און מיר זײנען װײטער געלאפן. לסוף האבן מיר גענומען מאכן פלענער, װי אזוי אײנצו־ שטעלן אונזער לעבן אין װאלד. גלײך די ערשטע נאכט זײנען מיר ארײן אין א גוי׳שער הויז און מיר האבן דארט עפעס אפגעגעסן און זיך געלאזט װײטער אין װעג. נאך צװײ נעכט װאנדערן אין דעם זומפיקן, פינצטערן, לעכאװיטש׳ער װאלד זײנען מיר צוגעקומען צו א פארלאזענעם פויערשן ״כוטער״ (א פאלװארג אין מיטן װאלד), װו מיר האבן געטראפן נאך 6 ײדישע מײדלעך. זײנען מיר צוזאמען געװען 8 פערזאן. דער טויט יאגט זײ פון איין ארט אין צװײטן אזוי האבן מיר געבלאנדזשעט אין װאלד 8 טעג, אין הונ־

passage_63667e0eb21a3404ca0d779d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3229-4040

געראון אין קעלט, ביז עס איז ארויסגעפאלן דער ערשטער שניי, מיר האבן דאן באשלאסן, אז ווייטער צו וואנדערן איז נוצלאז און סכנה׳דיק. מיר וועלן מאכן א זעמליאנקע אין דער ערד און דא וועלן מיר איבעףװינטערן. גערעדט און געטאן. מיר האבן אלע גענומען מיט די הוילע הענט גראבן אין די דאן שוין צוגעפרוירענע ערד. נאך א גאנצער נאכט גראבן און ארבעטן האבן מיר געהאט אויסגעגראבן די גרוב. אויף מארגן האבן מיר א גאנצן טאג גערוט. די צװײטע נאכט ;האבן מיר איבער דער גרוב געלײגט א דאך פון צװײגן און דערנער. מיר האבן אויף דעם דאך נאך פארפלאנצן בוימער, כדי קײנער זאל נישט דערקענען, אז אט אין דער גרוב לעבן מענטשן. אינעװײניק האבן מיר פון דער גרוב געמאכט א גאנצן ״פאלאץ״.. . ג־ט האט נאך געהאלפן און מיר האבן אויף א פארלאזענעם

passage_689c7c0c61e1818b91cf4af1