חורבן אונז אזמקוש 339 מרדכי אונז שרה בודער. לינקס: יצחק, . זיך געזעגנט מיט די איבעריקע מיידלאך, צוזאגנדיק צו קומען זיי ראטעוועז פון טויט... מיר האבן געװאנדערט און געבראדזשע ט אין דער פינ־ טערער׳ קאלטער װעלט. יא װעג׳ ניט װעג׳ אבי די פיס הויבן זיך, אפשר װעט מען צוקומען צו עפעס... מיר גײען און פאלן, פאלן און גײען... מיר העלפן איינער דעם אנדערן אויפצושטײן און קריכן װײטער... אפשר װעלן מיר טרעפן אימיצן׳ װער עס זאל נישט זיץ... פלוצלונג האבן מיר דערקענט דעם ארט׳ װו מען האט אונז באשאסן... א װײלע זײנען מיר געשטאנען איבערראשטע... נישט װיסנדיק װאס צו טאן. אבער גלײך האבן מיר באקומען מער מוט און אנגעהויבן גײן שנעלער. פון דאנען איז נישט װײט צו אונזער זעמליאנקע... מיר װעלן גײן צוריק צו אונזער /׳פאלאץ״... און װעמען מיר זאלן דארט נישט טרעפן, זײנען מיר גרײט אויף אלעם׳ ניט א װאס צו פארלירן... מיר גײען מיט קלאפענדיקע הערצער. אין די קעפ מישן זיך פארשײדענע געדאנקען... נאך א שעה... און אט... מיר זײנען שוין בײ אונזער גרוב... איך לאז זיך צו דעם געהײמען ארײנגאנג פון גרוב און דערהער פלוצלונג א געשרײ אין רוםיש: ״קטא טאם!״... איך האב גלײך דערקענט דעם קול פון ישראל אלעסר חארםעל׳ס אײניקל, פלטיאל פון דרא־ היטשין, און איך בין געפאלן אין חלשות...
װען איך בין געקומען צו זיך, האב איך זיך געפונען אין ״פאלאץ״ ארומגערינגלט פון דער גאנצער חברה, איך האב זײ דערצײלט אלעס װאם מיט אונז איז געשען. די חברה האט מיר געהײםן זיך אויסרוען און עפעס עסן, נאכדעם װעלן מיר אלע גי ץ ראטעװען די 5 מײדלאך בײם םטײג הײ.. . אסנע, א דרא־יטשינער מײדל, איז גלײך ארויסגעלאפן אין דרויסן, געמאכט פײער און אפגעקאכט פאר מיר א ביסל זופ. אויך האט זי אפגעבאקט עטליכע קארטאפל צו מיטנעמען אויפן װעג פאר די שטארבנדיקע מײדלאך. דערװײל האבן מיר די חברים דערצײלט, אז דוד און מײן קוזין שעפסל פעלן אויך. . עסנדיק די קארטאפל־זופ, װאס אסנע האט פאר מיר אין דער גיך אפגעקאכט, האב איך דערפילט, אז אין מײנע שטיװל איז נאס געװארן... די חברים האבן גענומען אראפציען פון מיר די שטיװל, אבער, זײ האבן פון מיר אראפגעצויגן די שטיװל צוזאמען מיט די הױט פון די פים... דער גראבער פינגער פון מײן רעכטן פום איז אויך מיטגעגאנגען... און מיט 10 מינוט שפעטער בין איך געלעגן אין א באװוסטלאזן צושטאנד, װאנט אי רדאם פאדגעפ ן? נײן, קײנמאל נישט! שפעטער, װען איך בין געקומען צו זיך, האבן מיר די חברים דערצײלט, אז איך האב די גאנצע צײט געהאלטן אין אײן רעדן פון היץ, מען זאל גײן ראטעװען די מײדלאך און אפילו זײ אויסגעמאלט דעם פלאץ, װו זײ צוגעפינען. די חברים האבן געזוכט א גאנצע װאך, נאכט נאך נאכט האבן זײ אדורך־
פון רעכטס: דוד וידעלעווסקי, פעלטע מאזורסקי, •ליבע און ברורר קיר, משה לאסאווסקי(אויבן) א.א. חוץ פעלטן הי״ד י