Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 345
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1229

חורבן און אומקום 341 דאס נרו טשרײס נאך נהמה! פון ד״ר חײם שאשינעס ״די צ״ט״, ללטן דעצענזבער, 1943, לאנדאן, ענגלאנד איבערגעדרוקט פון ״מארגען־זשורנאל׳/נױ־יארק אין יענע שלאפלאזע נעכט, װען פאר מײנע אויגן װערן װי־ דער לעבעדיק די מענטשן, די גאסן, די הײזער פון די איצט פארניכטעטע ײדישע ישובים אין פוילן, — הויב איך אן מיט דער גאנצער שארפקײט פון יאוש פארשטײן, װאם מיר האבן אין די לעצטע יארן פארלארן. בײ דער גאנצער ארעמקײט, װאס האט אין די שטעטלעך געהערשט, בײ דער גאנצער פארקריפלטקײט פון זײער רעכט־ לעכן און װירטשאפטלעכן מצב, - — האט דאך פון זײ גע־ שפרודלט מיט א פולסמירענדן װילן ניט צו אונטערגעהן זיך דעם ביטערן גורל, ניט אונטערגײן, להכעיס אונזערע שונאים. כמעט פופצן יאר האב איך אן אויפהער גערײזט פון שטעטל צו שטעטל, פון געגנט צו געגנט. איך בין דאן געװען אן אינספעקטאר פון די ײדישע פאלקס־בענק און מײן פליבט איז געװען אזעלכע בענק צו ארגאניזירן, קאנטראלירן, לער־ נען די ײדישע בעלי מלאכה׳ס און קליינע סוחרים, װי אזוי זיך אלײן צו העלפן מיט הלואות, װי אזוי אנפירן מיט זײערע ארעמע פינאנסן, און איבערהויפט, װי אזוי צו האלטן זיך צוזאמען און ניט פאלן אײנציקװײז.

passage_c82e8ceb457c2a92b79bfa2c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1231-2568

לייענט איך די טעג אין דער ראדיקאלער אונטערערדישער צײַטונג ״דא בראני״ (״צרם געװער״) א קורצע נאטיץ: ״נאך־ דעם װי מען האט אויסגעמארדערט אלע ייִדן אין צענטראל פוילן איז מען צוגעטראטן צו ליקװידירן די ייִדן אין פא־ לעםיער געגנט. אין בריסק און זראהיטשין מארדערט מען זיי מאסנװײס. דאס װערט אויסגעפירט ד,רך די דײטשן און אראפגעבראכטע אוקראינער. די ייִדן װערן גענזיט פריער אויסצ,גראבן זייערע קברים, נאכדעם װערן זיי גלײך דער־ שאסן, ארײנגעװארפן און פארשאטן״. בריסק... רראהיטשין... אט אין דעם לעצטן שטעטעלע, געבן קאברין, ז,אט געװאוינט זכריה דער שמיד, א װאונדער־ בארער ייִדישער טיפ, װעלכן עס געדענקען געװיס אלע לאנדסלײט אין אײראפע און אמעריקע. א ייִד, א ריז, מיט שטאלענע הענט, פארהארטעװעט פון יארנלאנגען קלאפן אויף דער קאװאדלע. מיט א סך יארן צוריק האבן מיר אים, דעם פשוט׳ן שמיד, באשטימט פאר א פארװאלטער פון דער פאלקס־ באנק. און איר האט געמעגט זען זכריה׳ן בײ דער ארבעט אלס ״באנקיר״... א םך ״קאלעגן״ זײנע פון װאל סטריט און די סיטי אװ לאנדאן, זזאבּן געמעגט זיך נעמן א מוסטער פון זײן איבערגעבנקײט, פון זײן אפ־יטן א פרעמדן גראשן און פון זײן באהאנדלען די ״קאםטומערס״ — אזעלכע הארע־ פאשניקעם װי ער אלײן איז געװען. איך דערמאן זיך׳ װען מיר זײנען אמאל געפארן מיט א פור צװישן דראהיטשין און

passage_825c3ee39f606288a9a4f092
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2570-3851

פון רעכטס: יונה גאלדבערג, יאנקל בײך, זכריה שמיד, פײגל און רישע עפשטײן. אלע אומגעקומען, הי״ד — די באנק. כאמסק. די פור האט זיך איבערגעקער ט — אין יענער בלאטיקע געגנט איז דאם, קײן גײעם ניט געװען. זכריה, דער גבור, האט אײנער אלײן אויפגעהויבן די פור און ארויםגע־ שלעפט איר און מיך פון דער בלאטע. שוין־זשע האבן אויך די דאזיקע געבענטשטע הענט געגראבן דעם גרויסן מאסן־ קבר פאר די פשוט׳ע ײדישע פויערים א,ן האנטװערקער פון יענעם פארװארפטן שטעטל. און ד״ר שאשקעס. פארענדיקט זײן ארטיקל (23.12.43) מיט א ציטאט פון א פראקלאמאציע, װאם האט זיך באװיזן אויף די װארשעװער גאסן: ״גאך א ביסל געדולד: די שעה פון נקמה דערגענטערט זיך. עס װעלן זיך עפענען די טויערן פון די קאנצענטראציע לאגערן אין אשװיענטשים, בעלזשיץ, טרעבלינקע און אלע איבעריקע פײנימנגס־פלעצער. אוגד,י;ר ע לײדענדע ברידער װעלן ארויסגײן אויף דער פרײ און ,ײער ארט װעלן פאר־ נעמען די מיאוס׳ע דייטשישע אויסװורפן, וועלכע מיר װעלן איבערלאזן פון די תלױת... ״דאם מענטשלעבע בלוט, דאס בלוט פון אומשולדיקע, קאכט און זידט און בארואיקט זיך נישט: קײנע שלום־טראק־ טאטן װעלן די מערדער נישט ראטעװען; מיליאנען שרײען פון די קברים און פאדערן נקמה ג״ — עד כאן ד״ר שאשקעס. * * *

passage_835d257999b0f49385bfec27
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3853-4003

[אזוי האט מען גערעדט און געשריבן אין 1943. און הײנט? — הײנט איז אלעס פארגעבן און פארגעסן... ״אכן חצי העם״... ישעיה מ׳. רעדאק, ]

passage_fc4bb120e00bbc36f76536a8