Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 353
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1414

הורבון און אומגעקאָמען 349 מאלט די דײטשן דערהרגט אויפן מארק אין כאמסק עטליכע צענדליק ײדישע מענער. דערנאך האבן די װײם־רוסן אין משך פון א װאך, מיט העק, מיט מעסערם און קאסעכ פאר־ ניכטעט די גאנצע ײדישע קהלה פון כאמסק. דאס זעלבע האבן געטאן די קריסטן אין מאטעלע. זײ האבן זיך דארטן מיט דער דערלויבניש פון די דײטשן ״באפרייט״ פון די פאר טויזנו ײדן װאם האבן זיך דארטן געפונען. ^פון פינסק, בריסק און פון יאנאװע יהאבן די דײטשן, אין ױלי. 1941 (חודש אב), ארויסגעפירט אלע ײדישע מענער האט געהאלטן, אז דאס איז זיץ פארדינסט, װאס די דראהי־ טשינער ײדן לעבן נאך. די געטא פון די פאכלאזע, אן ערך פון 1600 מאן, האבן זײ דערקלערט, װעלן זײ שוין נישט קענען ראטעװען, זייער גורל איז שוין געװען פאר׳חתמ׳עט. זײ האבן אבער געהאפט אז די אנדערע געטא װעט, א דאנק זייער שתדלנות, די מלחמה איבערלעבן. גוים האפן אויפן רוםישן צאר און הרג׳ענען ײדן פון פערצן ביז פינף און זעכציק יאר, כלומרשט אויף אר־ בעט אין אן אומבאקאנטן ארט... שפעטער האבן מיר שוין געוזוכט, אז פארן אויף ארבעט, מײנט פארן אױף יענער װעלט״. ײײטער ווערט, אין דעם ברױו געשילדערט דער שרעק־ לעכער צושטאנד פון די ײדן אין דראהיטשין אין דער צײט ווען עס האט דארטן פונקציאנירט א /,ױדענראט״. דאס איז, אן אזן פאר זיך, א טרױעריקער קאפיטל. ״זוינטער, 1941, איז אין דראהיטשין שוין געװען א גע־

passage_75794bda8feb6cb888967a78
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1416-2794

טא. ײדן האבן ני ט געטאר ט גײן אין גאם. אפילו צו צװאנגס ארבעט האבן זײ געמוזט גײן אין ארישער באגלײטונג. דער באגלײטער, װאם האט געפירט די ײדישע דאקטוירים אין שפימאל צו דער ארבעט, איז געװען א שגצל פון א יאר צעי. ער פלעגט גײן אויפן טראטוא ר און די ײדישע מעדיקער אזיפן י ברוק. די ײדישע באפעלקערונג אין דראהיטשין אױ פאר דער צײט געשטייג ן צו מער װי פיר טויזנט. ס׳האבן זיך דארט באזעצט ײדן װאם זײנען אנטלאפן פון חורבן אין שער- שעװ און קאלאניע. זײ זײנען געזוען אין צװײ געטאס: אײן געטא איז געװען פאר פאכלײט, קהלה־לײט און ײדישער פא- ליצײ. די צװײטע געטא איז געװען פאר פאכלאזע, אדער װערטלאזע ײדן׳ צװישן זײ אויך אונדזער משפחה. ״אנהויב װינטער, 1942, זײנען אומגעקומען די ײדישע קהילות אין ראװנע, װילנע און סלאנים. אין פרילינג פון 1942: קאזועל, דעװין און בערעזע. דער דראהיטשינער ״ױדענראט״ פ װ לינקס: יצחק לײב קאזאק, משה בערג, אהרן ראזענצװײג, זזערמאן גראסמאן, ליבערמאן, אלטער גוראלםק י (שטײט) בערג (ײנגל) א.א. חוץ גראםמאנען, אלע אומגעקומען, הי״ד! בילהער װאס האבן א צושריפט זײנען גענומען פון ה. גראסמאן ״מוצאי שבת נחמו, תש״ב, 25 ױלי, 1942 — איז געשען אונדזער גרעסטער אומגליק. מען האט די 1600 מענטשן פון געטא אנגעהײבן טרײבן צו דער באן־םטאנציע. צװישן זײ זײנען געװען: איך, די מאמע, מרים און אברהמ׳לע, פרײדל׳ ם

passage_581e2313d0851c8124cb17cd
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2796-4161

װעלסקי, הי״ך ו א.א, ןן, פרײדל עפעלבוים, הי״ד ו ײנגעלע. (רחל, פרײדל און נתן האבן זיך געפונען אין פינסק־ קע ר געטא. מאיר פרײדל׳ם איז אומגעקומען אין ױלי, 1941). ״אויפן װעג האט מען געשלאגן מכות־רצח מיט די ביקסן איבער די קעפ. דעם י אינזשינער זאב װאלעװעלםקי האט מען דעם קאפ צעשפאלטן. ביי מיר האט מען אראפגעצויגן די שיך און דעם פידזאשק. אברהם׳לע פרײדל׳ם האט מען פאר מיינע אויגן דעם קאפ צעזעצט מיטן ביקס און זײן מארך איז אויפן ברוק צערונען. דער מאמען האט מען אריינגע־ װארפן אין דעם אויטא, אין װעלכן מען האט גענומען די שװאכע, װאם האבן ניט געקענט דערגײן צום פארניכטונגס פונקט. שפעטע ר האב איך זיך דערװוסט, אז דער פארניכ־ טונגס־פונקט פון אונדזערע טײערסטע, איז געװען בראנע־ גורע׳ 17 קילאמעטע ר פון קארטוז־בערעזע. ״א צעמישטער פון צער און צארן האב איך אומגע־ װארפן דעם דײטש, װאם איז געגאעע ן לעבן מיר, און אנט־ לאפן אין װאלד אונטער א האגל פון קוילן. מען האט מיך אויפן דריטן טאג געפונען א פאר׳חלש׳טן אין װאלד און מיך פארשלעפט אין געטא ״א״, װעלכע האט נאך געלעבט. אלע האבן שוין פארשטאנען, אז די טעג פון די ״װערטפולע פאך־ ײדן״ זײנען שוין אויך געצײלטע. פונדעסטװעגן האט די קהלה פארװאלטונג מורא געהאט מיך, דעם ״װערטלאזן״, דארטן צו האלטן. מען האט מיך פארשיקט קײן ראדאסטאװ אין אן ארבעטסלאגער.

passage_b6d181d1488c9ef43d41601f
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 4163-4221

״די אויפדערוױילטע ײדן פונ דעם לאגער ״א״ זײנען םוף

passage_5d46d6ff0eb4cff27c1ee608