Original scan
Original memorial-book scan 355
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-540

351 אויפנעריסן 8 דײפשרע עשאלאנען פון יהושע קאפעלושגיק (ארגענטינע) א בריוו צו יוסף פעלדמאן אין שיקאגא אין 1947 טייערער יוסף, איך בין נישט לאנג אנגעקומען קיין לאדז און כ׳באמיה זיך אנצוקניפן א פארבינדונג מיט דעם רעשט איבער־ געבליבענע קרובים און באקאנטע. נאך יארן פון אומבאר־ שרײבלעכע לײדן און פײן אין דראהיטשינער געטא, אין די וועלדער מיט פארטיזאנער און אויף די שלאכטפעלדער אלס רויט־ארמײער, האב איך אסך צו שרײבן און צו דערצײלן. א ביסל פון דעם וועל איך דיר דא איצט אויסשרײבן.

passage_68127c955ac39a1768ba6d18
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 542-1901

יוני 25טן, 1941, איז אונזער שטאט אקופירט געווארן דורך די דײטשן. ס׳האט זיך אנגעהויבן א פעריאד פו ןיסורים און מארד די דײטשע רוצחים פלעגן גײן איבער די ײדישע הײזער און ראבעװען און שלאגן, באהויפטנדיק, אז די ײדן זײנען שולדיק אין דער מלחמה, װײל זײ שטיצן די קאמוניסטן מיט גאלד א־ן געװער. די דײטשן האבן צונויפגעטריבן די ײדן פון אלע דערפער אין שטאט ארײן. די ארטיקע פויערים פון דעם דארף ״װעטלי״ האבן געמאכט די ערשטע התחלה. זײ האבן אויסגע׳הרג׳עט די ײדן פון זײער דארף. נא ך זײ האבן דאם זעלבע געטאן די ערלים פון חאמסק און מאטעלע, װעלכע האבן אומגעבראכט דאם ביסל ײדן װאם האבן דארט געומינט. מיט מעסערם, העק און קאסעם האבן די פויערים דערהרגעט די ײדן. אין דראהיטשין גופא האבן די דײטשן די ערשטע טעג פון דער אקופאציע אומגעבראכט די ײדן, װאס האבן געהאט א ש ם פאר אקטױוע מיטארבעטער פון דער םאװעטן־ מאכט. עס האט זיך אנגעהויבן דאם רױבן פון ײדיש־האױ און גוטס, דאם ארויםשיקן און פייניקן אין ארבעטס־לאגערן. די דײטשן האבן אין שטאט געשאפן א /,ױדן־ראט״׳ צו װעלכן די דײטשע מאכט פלעגט זיך װענדן מיט אירע פאדערונגען, און דער יודען־ראט פלעגט בײ דער ײדישער באפעלקערונג זאמלען די קאנטריבוציעם׳ גאלד און זאכן׳ און שיקן אויף ארבעט. אזוי ארום זײנען ײדן באראבעװעט און געשלאגן געװארן דורך ײדן.

passage_860e9cbb2faea317f42738e6
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1903-3085

אין פארלויף פון דעם ע״שטן יאר האבן די דײטשן אומגעבראכט אלע מענער פון בריסק, פינםק׳ יאנאװע און פון אנדערע שטעט. דראהיטשינער ײדן האבן זיי נאך געלאזט אויף א צייט לעבן, אבװאל אין א טרויעריקער לאגע. אין 1942 האט זיך אנגעהויבן דאס מאםן־אומברײנגונג פון ײדישע קהילות אין מערב רוסלאנד און מערב אוקראינע. דראהיטשינער ײדן האבן געװוינט אין צװײ געטאס. אים געטא פאר פאכלײט, אין װעלכער איך האב אויך געװוינט, און אײן געטא פאר פאכלאזע׳ װעלכע זײנען אומגעבראכט געװארן דעם 25טן ױלי׳ 1942. צװישן די אומגעקומענע איז אויך געװען מײן ברודער מענדל מיט זײן פאמיליע. נאכ׳ן אומברײנגן די נישט־ארבעטם־פײאיקע האבן מיר פארשטאנען, אז די טעג פון די פאכלײט זײנען געצײלטע. איך האב באשלאםן נישט צו לאזן זיך שעכטן װי א שעפם׳ נאר קעמפן מיט די רוצחים. איך האב צוגעגרײט געװער. כ׳פלעג נעכטיקן אין הינטערשטאטישע באהעלטענישן צוזא־ מען מיט מײנע ברידער הערשל און ש^מתה. (זען זײט 336.) איך בין געבליבן אלײן מיט מײן אומבאשרײבלעכן צער און צארן און פעסטן באשלוס צו נעמען נק.מה_ פאר ז פארגא־ םענעם ײדישן בלוט און קעמפן ביזן לעצטן אטעם קעגן די דײטשע באנדיטן:... .

passage_5570fabc1adcc66770e89b14
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3087-3505

.איך האָב זיך אנגעשלאָסן אין א פארטיזאנער אטריאד און אין זײנע רײען געקעמפט קעגן קלענערע דייטשע גרופן. איך האב דערשטאכן פיל דײטשן מיט מײן באגנעט; כ׳הא ב געמאכט קאטליעטן פון 8 דײטשע עשאלאנען מיט מיליטער׳ װעלכע איך האב אויפגעריסן און פארגיכטעט. איך האב אויך שואל און דבורה־בײלע. רעכטס זײערע עלטערן: חײם און אסתר חאמסקי. לינקס: צאלקע פעלדמאן. אלע אומגעקומען, ו־וי״ד!

passage_e6fc0f726d044fc55d24ea70