353 חורבן און אומקום אויפגאנגן ריסן כריסן מיט דינאמיס דערצײלט פון באשקע פיאלקאו געדרוקט אין ״אמעריקאנער׳ / 22טן נאװעמבער, 1946 פון גדליה קאפלאן אין אַ ווײַז שײנעס טאג׳ אין חודש יוני׳ 1941, האט זיך אראפגעלאזט א פינצטערער דואלקן איבער אונדזער שטאט. די מערדער זײנען אנגעקומען. דער ערשטער באפעל זײערער איז געװען׳ אז יעדער ײד מוז אנטאן די געלאלאטע׳ אלם שאנד־צײכן. באלד נאכדעם האבן די דײטשן ארויסגעגעבן די שדוערע גזרה׳ אז די ײדישע דראהיטשינער באפעלקערונג מוז׳ אין פארלויף פון דרײ טעג, ברײגגען צו דער בלוטיקער מאכט 7 קילא גאלד. זײ האבן גענומען אלס ערוב דעם אלטן׳ גרית־ גראען געלערנט הרבאײזיק קאלענקאװיטש, און געװארנט׳ אז אויב אין פארלויף פון דער באשטימטער צײט װעט מען ניט ברײנגן די 7 קילא גאלד, װעט דער רב געהאנגען װערן אין מיטן מארק. עס איז געװארן א יללה. יעדער האט געבראהט אין דעם ױדען־ראט צירונג, פינגערלעך, זײגערס און ארויסגע־ ריסענע גאלדענע צײנער, אבער לײדער האט נאך געפעלט צו דער װאג א האלבער קילא. די ײדן האבן געװײנט און גע־ קלאגט, געלאפן אין שול, געזאגט תהלים און געבעט אז גאט זאל העלפן, דער רב זאל נישט געהאנגען װערן. די מערדער באבטשע יאנאװסקי און מוטער האנעלע אלבערמאן, הי״ד! מילנער, משה מענדל, אומגעקומען, הי״ד ו און חוה־פערל, ע״ה
האבן שוין דערװײל געבויט א תליה אין מיטן מארק, און מארגן האט שוין געזאלט אויסגעפירט װערן דער ״אקט״ פון דער ביטערער גזרה. פלוצלונג, אין מיטן דער נאכט, איז געקומען דער רו־ סישער גלח פאלעװםקי, האט אראפגענומען פון זיך זיינע גאלדענע צלמים, און געגעבן די ײדן. אויף מארגן האבן זיי, מיט שרעק, געבראכט די פולע סומע גאלד און דער רב איז באפרײט געװארן. אלע זײנע געװען איבערראש ט פון פרײד װאס א קריסט האט געהאלפט ראטעװען דעם לעבן פון אונדזער רב, װאם איז געװען גרײט זיך מקריב צו זײן פאר דער שטאט, װאס ער האט אזוי ליב געהאט. אבער לײדער האט די פרײד ניט לאנג אנגעהאלטן. אין א שבת אינדערפרי, האט מען ארויםגעטריבן פון געטא ב׳ אלע ײדן, יונג און אלט, און זײ אװעקגעפירט קײן בראנע גורה און דארטן אלעמען אומגעבראכט. אין עטליכע חדשים ארום, אקטאבער דעם 15טן, 1942,
איז די צװײטע געטא ארויסגעפירט געװארן צו דער הינריכ־ שונג. די דײטשן האבן זײ צוגעפירט צו די לאעע גריבעד, װאס ײדן פון געטא א׳ האבן אויסגעגראבן... (יעדן פרימארגן זײנען אװעק ארבעטער און פארנאכט האבן די דײטשן צע־ שאסן די גרעבער.״) די דײטשן האבן יעדן אײנעם געהײסן זיך אויסטאן נאקעט, און יעדער אײנער האט געדארפט צעלײגן זײנע קלײדער באזונדער: די שיך, די העמדער, װעלכע די מערדער האבן דאס אפגעשיקט אין א באזונדער פלאץ, און נאכדעם האבן די רוצחים זײ באהאגלט מיט קוילן פון זײערע מאשין־ביקסן און זײ ארײנגעװארפן אין די גריבער... בערך א 3000 ײדן זײנען דאן אויסגע׳הרג׳עט געװארן. דערנאך האבן די מערדער אנגעקלאפט א ברעט און אנגעשריבֿן מיט גרויסע װערטער: ״דראהיטשין איז ױדענרײן״. איך בין דאן געװען אין א דערבײאי ק שטעטל װאס