Original scan
Original memorial-book scan 359
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-991

חורבן און אומקום 355 גזנקעמפט אין רע ר רױפע ר 8 רמײ פון שמעון לעװי (ישראל) א בריװ צו גדליה קאפלאן, מערץ, 1947 איך בין געראטעװעט געװארן פון די דייטשע אכזרים, װאס האבן געבראכט דעם גרויסן אומגליק אויף אונדזער יידיש פאלק. דער ביטערער שיקזאל האט אויך געטראפן אונדזער שטאט דראהיטשין (פאלעסיע). װען די דײטשן זײנען ארײן אין אונדזער שטאט, זײנען מיר אפגעריסן געװארן פון דער גאנצער װעלט און פארטריבן געװארן אין דער פינצטערער געטא, אויף דעם ״װיאן״ בײ דעם װינט־מיל. מיר זײנען גע־ װען פארשלאסן װי ארעסטאנטן, אן קײן שום מיטלען צום לעבן און אן מעדיצינישער הילף. דער פינסקער פעלד־ שער, אהרן לאסאװסקי, איז געװען מיט אונדז און געהאלפן מיט װאס נאר ער האט געקענט. דער יאויש איז געװאקסן פון טאג צו טאג. 15 מענטשן אין אײן שלאפצימער, האט מען זיך געשטיקט אלעס צוזאמען. עס זײנען אויסגעבראכן פאר־ שײדענע קראנקײטן. א סך מענטשן זײנען געשװאלן געװארן און אויסגעגאנגען פון הונגער.

passage_65cbcd78986752ba6a8de334
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 993-2354

אין אַ שבת, דעם 25טן יולי, 1942, האט מען די שװאכע און קראנקע און די יונגע קליינע קינדער אװעקגעפירט צו דער שחיטה קײן בראנע גודע (קארטוז־בערעזע) צו די װאפנע גרובן. זײ האבן געװוסט װוהין מען האט זײ געפירט, בײ זײ איז אבער געװען ליבהער דער טויט אײדער די לײדן און פײנונגען. די דײטשע רוצחים האבן די ײדן צעריסן און צעשאסן מיט מאשין־ביקסן און מיט מינעס. די קליינע קינדער האט מען געװארפן אין די גריבער לעבעדיקערחײט. באשרייבן אלעס, איז ניט אין מײן מעגלעכקײט. די הימל־ הארצרײסנדע געשרײען האבן פארהילכט דעם ארום און זײ־ נע ן דערגאנגע ן ע ד ל ב השמים. מאמעס האבן געװײנט זעענ־ דיק װי זײערע קינדער װערן דערשאסן פאר זײערע אויגן. די טאטעס האבן געשריען ״שמע ישראל״. דאס איז געװען, װי געזאגט, שבת נחמו, 1942. א האלב ע שטאט איז דאן אויסגע׳הרג׳עט געװארן. די צװײטע האלב ע שטאט, די /,שטארקע״, האבן נאך געליטן ביז דעם 15טן אקטאבער, 1942. איך בין אויך געװען צװישן די ארויסגעפירטע געטא־ב׳ ײדן קיץ בראנע גורע. מיר איז אבער געלונגען אראפצו־ שפרינגען פון װאגן אין געדיכטן װאלד. די דײטשן האבן אויף מיר געשאסן און מיר פארװאונדעט אין מײן רעכטן האנט. אבער מיר איז באשערט געװען, אז איך זאל בלײבן לעבן. איך האב זיך דורך דעם געדיכטן װאלד דערשלאגן צו די פארטיזאנער און בין געראטעװעט געווארן פון טויט.

passage_b968ccb9bc35200ec91ecb0f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2356-3109

איך האב זיך אנגעשלאסן אין דער רויטער ארמיי און געקעמפט די גאנצע צייט. דריי מאל בין איך פארװונ דעט געװארן, אבער מיר האבן די דײטשישע באנדיטן געבלוטיקט װײס און גענומען אין זײ געשמאקע נקמה... אין 1945 האב איך זיך דערשלאגן צ־מײן געבורט־ שטאט און לײדער, לײדער, האב איך דארטן שוין קיינעם ניט געפונען. פון מ)45 ײדן, מיין גרויסע משפחה איינגע־ שלאסן, איז קיינער ניט געבליבן. איך האב דערזען װי אלע פויערים פון סטאראסילע האבן פארנומען די ײדישע הײזער, באלעבאטעװען דארט און פרײען זיך מיט אונדזער בראך. איך האב זיך געשעמט װיהן אין גאס. די קריסטן פרעגן מיר: װאס טוסטו דא? פון װאנען ביזטו געקומען, פון יענער װעלט? איך האב אין דער סביבה ניט געקענט לאנג בלײבן,

passage_94c0fb04737883dc39350d6d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3111-4185

װײַל די בערג מיט קברים האָבן מיר געלאָכערט מײַן האַרץ • איך האב ניט געקענט שלאָפן קיין נעכט. עס האט זיך מיר געדוכט, אז איך הער קולות פון די לאנגע גריבער, וווּ מײַנע טאטע־מאמע, ברידער און שוועסטער ליגן. די זײטיקע געס־ לעך זענען אויסגעפלאסטער ט געװארן מיט די מצבות פון נײעם בית־עולם. מיט א פארקלעמ ט הארץ האב איך גע־ שװארן א הייליקע שבועה צו פארלאזן דראהיטשין און גע־ פינען אהײם אין ארץ ישראל. װי דער װעג זאל ניט זײן שװער װעל איך זיך אהין דערשלאגן. אין מײן שטאט איז ניט א קײן ארט פאר מיר, אויסגעמעקט געװארן יעדער שפור פון לעבן. דער ײדישער ישוב פון מײן שטאט, מיט אזוי פיל שײנע ײדישע טראדיציעס, װו די שטיינער און װענט זײנען געװען אנגעזאפט מיט ײדישקײט און תורה, איז אויסגעריסן געװארן מיט דעם װארצל. יעדער צײכן איז אפגעװישט. איך האב נישט קײן װערטער צו באשרײבן די ״מגילת־אש״ פון מײן שטאט דראהיטשין . איך האב מײן לעצטן בליק געװארפ ן אױף די דראהיטשי־ נער גאסן און געזאגט ״אדיע אױף אײביק״, און זיך דערשלאגן צו א לאגער אין פראנקפורט .

passage_4137c25e4042fab3ca7fac44
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4187-4979

איך בין געזעסן אין א פינצטערן לאגער עטליכע חדשים און מיט ביטערניש אנגעקוקט דאס אויסגעפרעסן מערדער־ פאלק, װאס האט דער׳הרג׳עט מיינע טאטע־מאמע. איך האב ניט געקענט אטעמען די פארשטיקטע לופטן פונעם בלוטיקן לאנד װאס רופט זיך ״דײטשלאנד״ און איך בין מיט מיין פרוי אװעק פון דארטן צופוס. מיר זײנען דורך גרויסע בערג געגאנגען דעם לאנגען װעג ביז מיר האבן זיך דערשלאגן קײן איטאליע, צו דער שיף, װאס װעט אונז פירן קײן ארץ ישראל. אין אײביקן אנדענק פון אונדזערע אומפארגעסלעכע שװעסטער און שװאגער רחל (42) און חײם (44) לןאגרינםקי זײערע קינדער מרדכי (18) און חיח־בײלע (9) שװעסטער כת־שבע (45) אלע אומגעקומען, הי״ה אםתר מארגאן (אסינינג, נױ־יארק) און טילע קאפל (נױ־יארק) זען בילד אויף זײט 354

passage_549456f70f7d4a1b3aae055a