Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 363
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1392

חורבן און אומקום 359 צ ו ריזיקע בערג, א צעפליגלטער אדלער, צום ענדלאזן רוים אין דורכזיכטיקן שײן, נאר פלוצלינג דערהער איך א שא ל פון טרומפײטן: ״די רויטע ארטײ איז אין דראהיטשין ארײן״. און ביטול׳דיקע װערטער גליען אויף, װערן גלויביק, און לויטער װערט אלץ, װאם געװען איז שטויביק. כ׳זע יאנאװע, בערעזע און כאממאק און קאברין, די שטיבעלעך פון שטרוי און די שטיבעלעך פון לײם, מײן זײדנ׳ם, מײן באבעם, מײן טאטנ׳ם הײם, און ם׳דאכט מיר מײן זײדע איז פון קבר ארוים מיט זײן לױלקע פארדרײט אין זײן װײמער בארד, און ם׳דאכט מיר מײן באבע אין אטלעםענעם קלײד זי שטײט לעבן אים װי פאר׳כשופ׳ט צום ארט. און דער רב אין א קיטל, מיט ברכות׳דיקע הענט, בארד־פאות התלהבות׳דיק, די אויגן צעברענט, די רעכעצין, א לויטערע, מיט זיבעטן חן, זי רײמט זיך אין תכריכים א מצוה־טענצל גײן. איך זע אין פאנטאזיע אויפ ״אונטער דעם לינדען״ דעם מארש פון דער רויטער ארמיי. איך סארנעם די קדושים, די קעמפער, מיט פלאטערנדע פאנען, װאם זײנען געגאנגן אויפ קדו ש השם, דראהיטשין — בערלין. ע ם צעגײען די װאלקנ׳ם, ע ם באװײזט זיך א שײן — ״די רויטע ארטײ איז אין דראהיטשין ארײן . . .״ איז דאס, װאם איך זע איצט, אילוזיע און שװינדן װעט אלץ און פארשװינדן אזוי װי די װינטן, צי איז דאס די װאר און ע ם װעלן זיך צינדן פונקען פון האפענונג, מיט אײגענע זיך צו פארבינדן.. .

passage_1c4af0f83120f5975d6922e9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1394-2424

געדרוקט אין ״טאג״, נױ־יארק, 1944. זען זײט 283. [מיר אלע האבן זײנער צײט געפילט אזוי װי װאלםלאנים. אבער, לײדער, בײם ארײנמארש פון דער רויטער ארמײ קײן דראָהיטשין, האבן בלױז דער ״רב אין קיטל״, ״די רביצין אין תכריכים״ און טויזנטער קדושים געװײנט אין די גאסן... װ.] אין אײביקן אנדענק פון אונדזערע ליבע עלטערן און ברידער אהרן ב״ר ישראל, מירקע (בת ר׳ משה גאלדמאן) לעװ (אויבן) און זין יעקב (רעכטס) און אברהם, ע״ה. די לעװ׳ם האבן געהײראט 1899. ר׳ אהרן איז געשטארבן י״א אדר, 1928 אין דראהיטשין. מירקע, יעקב, אברהם זײנען אומגעקומען, הי״ד! קרובים: חײם משה לײזער׳ם און שרה עפשטײן און קינדער: אײדל, בערל, חײטשע, איר מאן בערל און קינד, אומגעקומען, הי״ד! יצחק און שרה עפשטײן (טשעראמכער) און קינדער, אלע אומגעקומען, הי״ד! די לעװ־קינדער: לײזער, מרדכי, חאמקע ק^ןהן (שיקאגא), שעפסל און יצחק (חיפה), כלאװנע און לײטשע פימעצקי און קינדער ישראל־דוד און שמואל־ױדל (לינקס), אלע אומגעקומען, הי״ד!

passage_e3b886732c9a3ac3300fd5d2