Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 37
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1126

דאס שטעטל 33 אנגעקומען אין שטאט א סטאראםטא מיט א גרויסן שטאב נאטשאלניקעם. און אנשטאט װי אמאל׳ װען דראהיטשינער ײדן פלעגן דארפן פארן אין אויעזד, קײן קאברין, צו דער־ לײדיקן זײערע אמטלעכע ענינים, האבן אנגעהויבן אנקומען הונדערטער מענטשן פון גאנצן ארום קײן דראהיטשין אין סטאראסטװא צו דערלײדיקן זײערע אמטלעכע אינטערעסן. די באאמטע פון סטאראסטװא און זײערע אינטערעסאנטן פון אומגעגנט האבן געדארפט דירות, האטעלן, עסן און מלבושים, און דאס האט נאטירלעך געמײנט פרנסה פאר דעם שטעטל. זײנען טאקע צוגעקומען נײע קראמען און בעקערײען. עס האט זיך פארמערט די צאל פון די ײדישע שנײדער־און שום־ טער־װארשטאטן. עם האבן זיך זאגאר באזעצט אין שטעטל ײדישע שנײדער און שוסטער פון מעזעריטש, ליובעשײא.א. עס האט זיך באדײטנד אױך פארגרעסערט די צאל פון די ײדישע פורמאנעס, איזװאשטשיקעס, מח.מת די באנען האבן געבראכט אין שטאט מער פאסאזשירן. דער פארגרעסערטער פארקער פון מענטשן אין שטאט איז פון רעכטס צו לינקס: משה׳לע פערקאװיצקי, שטײנבערג, משה פרוש, גאלדבערג, בערל רעזניק (איזװאטטשיק) א.א. לעס גאלדבערג׳ס הויז.

passage_71ae84a1bdfa37e16a4d544d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1128-2383

געקומען, אין טײל, צוליב דעם פאװיאט; און םפעציעל, א דאנק דעם כאלאזשינער רבי׳ן, װאס האט נאך דער ערשטער װעלט־מלחמה זיך באזעצט אין דראהיטשין. טאג־טעגלעך פלעגן די באנען ברײנגע ן אין שטאט צענדליקער פאסאזשירן, ײדן, װעלכע זײנען געקומען נאך ברכות צום כאלאזשינער רבי׳ן. צוליב דער פארגרעסערטער צאל פאסאזשירן, האבן די פאליאקן איבערגעטראגן די פאסאזשירן־סטאנציע פון נאגאריע קײן דראהיטשין, וועלכע איז געװארן בארימט אלס די ״סטאציא־ראבינא״.. . די דראהיטשינער בעלי־עגלות, װי זײ האבן געהײסן אמאל, װאס האבן געפירט פאסאזשירן צום און פון באן אין גרויסע שװערע װעגענער, זײנען געװארן גרויס־שטעטיש. זײ האבן אויסגעביטן זײערע װעגענער אויף בריטשקעס, דראזשקעס, צום סוף אויף אויטאמאבילן, און זײ זײנען געװארן שאפערן . . מיט דער פארגרעסערונג פון דער באפעלקערונג האט זיך אויך פארגרעסערט די פאדערונג פון נײע הײזער פאר װוי־ נונגען און פאר בױראען. זיינע טאקע מיט אמאל אויפגע־ שפרונגען נײע גאסן און נײע היתער. דאס קלײנע שטעטל האט זיך צעװאקסן אין דער לענג און אין דער ברײט און איז געװארן א שטאט. די פוילישע רעגירונג האט אויף דעם זאמד אויסגעבויט א גרויסן בנין פאר דער סטאראסטװא און א גאנצע נײע גאס מיט הײזער פאר די באאמטע.

passage_68db5a228b42764feca7e56b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2385-3179

אין ייִדישן געגנט, ווידער, זײנען גרויסע שטיקער װיאן פארשאטען און אנגעפלאנטעװעט געװארן, און אויף דער פרי־ ערדיקער בוכטע זײנען אויפגעקומען נײע גאסן מיט הײזער. האטעל־גאס.—דער האטעל פון אשר סידעראװ און זײן פאמיליע: אײניקל, יאסעק, דינה (פרוי), חנהטשע, א. באשקע גיבגאלד (אײדעס), װארשאװסקי אנשטאט די קרעטשמעס, סטאדאלעס, זײנען אויסגעבויט גע־ װארן נײע שײנע האטעלן. דאס איז געװען די האטעל־גאס אונטער די קראמען. בלאטיקע געסלאך זײנען אויסגעברו־ קירט געװארן. (די הויפט־גאס האבן נאך די רוסן אױמגע־ ברוקירט.) די גאנצע שטאט איז אויסגעלײגט געװארן מיט ״כאדניקעם״, טראטוארן. עס איז אויך אויסגעבויט געװארן אן עלעקטראװנע און בײנאכט זײנען די גאסן געװען בא־ לויכט מיט עלעקטרישער ליכט, װי ם׳פאםט פאר אן אויעזד.

passage_903f91f4c345f5098d43808c