Original scan
Original memorial-book scan 387
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1138

חורג ן או ן אומקו ם 383 אבער אנצונעמען אז גרויסע צאלן ײדן באהאלטן זיך אין לע־ כער אונטער דער פאדלזןגע. אזעלכע ערטער מוזן אויפגע־ בראכן װערן, אדער פאליצײ־הינטן זאלן ארײנגעשיקט װערן אהין. אין פינסק האט דער הונט ״אסטא״ געלײסט זייער גוטע ארבעט אויף דעם געביט. אן אנדער עצה איז ארײנצוװ־ ארפן א גראנאט אין פארדעכטיקן ארט, וואס װעט במילא הרג׳ענען די ײדן װאס באהאלטן זיך דארט, אדער עס װעט זײ ארויסברענגען פון זייער באהעלטעניש. ״4. — דער באדן ארום די הײזער מוז גוט אונטערזוכט װערן, אויסגעפרווט װערן מיט שטארקע אײזנס, װײל גרוי־ סע מאסן ײדן באהאלטן זיך אין פארדעקטע גריבער. ״5. — עס װעהט רעקאמענדירט צו נוצ ן ױנגע ײדישע קינדער, וועלכע זאלן פארן פרײז צו שײנקע ן זײ דאס לעבך אנװײזן װאו די ײדן באהאלטן זיך. ״ עד כאן דער דאקימענט פון פינסקער שחיטה. דער דאזיקער שוידערלעכער דאקומענט פון דײטשישער רציחה און קאלט געפלאנטן מארד, איז אונטערגעשריבן פון ״קאפיטאן פון דער פאליצײ־װאך־ם.ם.־טרופן און קאמפאניע־ קאמענדאנט — םאאוער״! — שפעטערדיקער קאמענדאנט און שר־הטבחי ם פון טרעבלינקע! דאם זײנען די מערדער!

passage_c58af3b37be267d0bfaaf58a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1140-2237

די זעלבע < 11־טער און 15־טער ) דײטשישע פאליצײ־רעגימענטן, האבן אין אײץ און דעם זעלבן יאר, 1942, בלויז אויף אײן שטח־אפשניט, אויף דער ליניע פינסק־בריסק, װו זײ האבן אפערירט, בלי גוזמא, אויסגעמארדעט הונדערטער טויזנטער ײדן ; װײל מען דארף נעמען אויך אין רעכענונג די ײדן פון פוילן, װאס האבן זיך צײטװײליק אויפגעהאלטן אין די רוסישע פארנומענע געביטן ביז זומער 1941 . די אלטע ײדישע קהילות — פינסק, מאטעלע, דראהיטשין, יאנאװע, חאמסק, אנטאפאליע, האראדעץ, זשאבינקע, קאברין, ברים ק א.א . זײנען אפגעװישט געװארן פון דעם אויבערפלאך פון דער ערד . די גרוילעכע מיתות־.משונות פון די ײדישע מענער, פרויען און קינדער, איז נישט צו באשרײבן . פיל צענדליקער טויזנטער ײדן, עלטערן און קינדער, זײנען לעבעדיקערהײט ארײנגעװארפן געװארן אין די קאלך־ גריבער, אין די קאלך־אוױנם פון בראנע־גורה און זײנען דארט אומגעקומען אין גרויסע יסורים.. . קלאר . אט האט איר דאס בילד : — די קלײנע פישעלעך, און זייערע פארשלונגענע קרבנות.. . אט האט איר זײ , די קלײנע פישעלעך , װעלכע האבן אויסגעמיטן זײער שטראף... !

passage_04f6a0d018e970954349bd08