Original scan
Original memorial-book scan 39
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1222

דאס שטעטל 35 אין שטאט איז געווען א גוט־ארגאניזירטע ״פאזשארנע־ קאמאנדע״ (פײער־לעשער), װעלכע איז געווען אויסגעשטא־ טע ט מיט די נויטיקסטע אינסטרומענטן און מאשינען. אין דער פאזשארנע־קאמאנדע האט גענומען א האנט די פוילישע שטאט־מאכט, װעלכע האט צוגעשטעלט די אינסטרוקטארן און אויך צושכײער געגעבן אויף די הוצאת פון די מבשירים. די פײער־לעשער, װעלכע האבן זיך רעקרוטירט דורכאויס ראפטום זיך ארײנגעכאפ ט קײן דראהיטשין, דארפן מען צו־ געבן, האט מען געהאט צו פארדאנקען דעם פאװיאט. אבער, דאם פארגעניגן, האט מען געשמועסט, האט שטאט געקאסט א היפשע םומע געלט. עס האט זיך גאר געהאנדלט, אז דאם שכנות׳דיגע יאנאװע זאל װערן דער פאװיאט. האבן דראה־ היטשינער םוחרים און קרעמער פארלאפן דעם וועג און פאר א מטמון מיט געלט אויסגעכאפט די בכורה... און אזוי ערשטע שורה פון ל. װארשאװסקי — רעכטס: צװײ פאליאקן, ױנה סאפאזשניק און לײב ל גורשטײן. צװײטע רײ: שינדער, — י. סידעראװ, ל. גאלדמאן, ב. שװארץ. דריטע שורה: י. שװארצכערג, קא,.אק, א. קאכלער, ד. ױדעלעװסקי, א. בראװערמאן, מ. קאלענקאװיטש א.א' י. קאמינעצקי, שאפירא, בליאך, ל. אויבערמאן, פון ײדישע ױנגעלײט האבן נישט גענומען קײן געצאלט פאר זײער ארבעט.

passage_94cc7ee760c5d9b3642fa68e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1224-2497

עס איז כדאי צו דערמאנען, אז דראהיטשין האט פאר־ מאגט דריי (3) פאראװע מילן. (אײנער האט נאך עקזיסטירט פון פאר דער ערשטער װעלט־מלחמה), װעלכע האבן געמאלן, פארן גאנצן געגנט, פארשײדענע מעלן און גרויפנם. דאס מין װינט־מילן און פערד־מילן, װעלכע זײנען באנוצט געווארן פאר דער מלחמה האבן געהערט צו דער פארגאנגענהײט... אפילו א דרוקערײ האט שוין דראהיטשין פארמאגט, װאס איז געװען גאר א זעלטנהײט אין די קלענערע שטעטלאך. ביז דאן, אז מען האט געװאלט עפעס דרוקן האט מען געמוזט פארן קײן פינסק. די דאזיקע ״צױויליזאציע״ און מאדערניזם, װאס האט ארום איז דראהיטשין געװארן די עיר־הבירה, די קרײז־שטאט. פאליאקן פיר ןאײן אנטי־ײדישע פאליטיק גאר גיך, אבער, האט זיך דאס רעדל איבערגעדרײט און דער עקאנאמישער מצב אין שטאט האט אנגעהויבן אונטער־ הינקען און עס איז מיט יעדן טאג געגאנען פון שלעכט צום ערגערן. די סיבות, װעלכע האבן דערפירט צום קריזיס און דעפרעםיע, װאם מען האט אנגעפילט אין יעדן װינקעלע און אין יעדן ײדישער הויז אין דראהיטשין — זײנען געװען אסך און גענוג בולט. ערשטנס — אזוי שנעל, װי די אפבויאונג פון שטעטל האט זיך פארענדיקט, זײנען אלע ײדישע בעלי־מלאכות געבליבן אן ארבעט און אן חױנה. און אז א גרויסער טייל ײדישע

passage_0ff35635e75b56d3f44f4dae