Original scan
Original memorial-book scan 391
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1267

וראהיםשינער אי זוע רהעםעלם אעןסיינן ואינעןונלן די גמר זאגט: ״צדקה עשה הקב״ה בישראל שפזרן לבין האומות״ (פסחים פ״ז). ג־ט האט געטאן א צדקה, א חסד׳ מיט די ייִדן, װאם ער האט זיי צעשפרײט צװישן די פעלקער און מדינות. מחמת׳ אויב אלע ייִדן װאלטן זיך געפונען אין איין מדינה׳ אויף אײן פלאץ׳ װאלטן די ייִדישע שונאים געקענט חלילה מאכן א כליה פון אלע ייִדן... יעדער בר־דעת װאם דענקט אביסל קען באשײמפערלעך זען דעם חסד׳ װאס ג־ט האט געטאן צו הונדערטער טויזנטער ייִדן פון אײראפע, װאם ער האט זיי באצײטנס אװעקגעשיקט פון עמק הבכא און געראטעװע ט זיי פון אומקום... און װאלטן אלע ייִדן געפונען זיך אין גיא־ההריגה, װאלטן די דײטשן ניט איבערגעלאזט חלילה קײן שריד ופליט פון ייִדישן פאלק... עס איז געװען באשערט, אז עס זאל בלײבן א שארית־ הפליטה פונעם פארטיליקטער דראהיטשיגער ייִדישער קהילה (חורבן ת״ש־תש״ה), האט די השגחה באצײטנס באשאפן די סיבות און גורמים׳ װעלכע האבן געשטויסן און געצװונגען פיל פון דראהיטשינער ייִדן, זינט די 80־קער יארן פון פאריקן יאהונדערט׳ צו עמיגרירן פון דראהיטשין. ״ויחץ את העם — ויאמר אם יבוא עשו אל המחנה האחת והכהו והיה המחנה הנשאר לפליטה״. היינט לעבן דא פיל דראהיטשיגער׳ כן ירבו. די עמיגראציע פון דראהייטשין

passage_57ab23093c35b2ecb6147159
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1269-2316

די ערשטע דראהיטשינער ײדישע אימיגראנטן האבן אנגעהויבן צו קומען קיין אמעריקע - זענען מיר זיך משער, ארום 1880. און זיגט דאן, ביז דעפ אויסברוך פון דער ערשטער װעלט־מלחמה אין 1914, איז געגאנגען אן אינטענסיווער עמיגראציע־־שטראם פון דראהיטשן צו די ברעגן פון דער נייער װעלט, אמעריקע. די װעלט איז נאך דאן נישט געװען אזוי,״ציװיליזירט״ און ״מאדערניזירט״ װי הײגט, און דער ארויספאר און ארײנפאר פון אײן לאנד אין צװײטן איז פארגעקומען אן גרויסע שװערי־ קײטן. מ׳הא ט גאר געדארפט פארקלערן — איז מען געפארן... אין די מלחמה־יארן (1914־1919) איז די עמיגראציע פון דראהיטשן געװען אפגעשטעלט. אין 1920.הא ט זיך די עמי־ גראציע פון דראהיטשן װידער באגײט אין א גאר שטארקן טעמפן^ הונדערטער דראהיטשינער האבן געשטראמט צו די ברעגן פון דער פרײער װעלט. אזוי איז עס אנגעגאגגען ביז 1924, װען אמעריקע האט אגגענומען דעם צװייטן, זײער שארפן קװאטע־געזעץ׳ װאם האט לחלוטין געמאכט א םוף און גאנץ באזונדער צו דער ײדישער אימיגראציע קיין אמעריקע.

passage_3cf46f2c2d4ddf56d949c4fd
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2318-3584

לויט דעם אמעריקאנעם קװאטע־געזעץ האבן אין לאנד געקענט ארײנקומען אן ערך ססס, 152 פערזאן יערלעך. פון דעם זײנען ססס, 108 װיזעס געװען באשטימט פאר דײטש־ לאנד, ענגלאנד און אירלאנד, און די איבעריקע 44 טויזנט װיזעס — פאר איבער 100 לענדער... קען מען זיך שוין פאר־ שטעלן װיפֿל װיזעס עס זײנען אנגעקומען פאר די ייִדן פון פוילן און באזונדערס פאר די ייִדן פון דראהיטשין... סך־הכל ארום ססס, 6 װיזעס א יאר פאר גאנץ פוילן... װי אנדערש װאלט געװען אונזער ייִדישע מערכה, װען אמעריקע װאלט נישט געשלאסן אירע טויערן — הונדערטער טויזנטער דערמארדעטע ייִדן, בתוכם פיל דראהיטשינער, װאלטן היינט געװען צווישן די לעבעדיקע... איז אמעריקע נישט אינגאנצן רײץ פון שולדיקייט און טראגט אינדירעקט די אחרױת פאר א גרויסן טייל קרבנות פון דײטשער רציחה... נאך דער שליסונג פון די אמעריקאנער אימיגראציע טויערן האבן פיל דראהיטשינער געזוכט און געפונען א מקום־מקל אין ארגענטינע, קובא און אין ארץ ישראל. די עליה קיין ארץ־ישראל איז צוליב דער שארפער םערטיפיקאטן־םיםטעם געװען זײער באגרעניצטע און מינימאלע. א קלײנער פרא־ צענט אויסװאנדערער האבן געפרואװט מזל מיט קאנאדע א.א. ררײ צענטערן: נױ־יארק, שיקאגא און ארץ־ישראל בײם הײנטיקן טאג זײנען די דראהיטשינער לאנדסלײט,

passage_02a1856071992b57b3b200cb
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3586-4471

אין זייער גרעסטער מערהײט, קאנצענטרירט אין די צװײ גרעסטע דראהיטשינער ישובים, אין נױ־יארק און שיקאגאָ. פאר א צייט איז דער גיו־יארקער דראהיטשינער קיבוץ געװען דער דאמיגירגדםטער און אײנפלוםרײכסטער. הײנט צו טאג װערט דער שיקאגער דראהיטשינער ישוב גערעכגט פאר דעם רײכםטן און סטאביליזירםטן, דאס דערקלערט זיך דערמיט ׳ װאס אין דער ױנגע ר שיקאג ע מיט אירער שטײגענדע ר אינ ־ דוםטרי ע און װאקסנדע ר פאבריקאציע , האב ן א ם ך דראהי ־ טשינע ר לאנדםלײ ט געהא ט ד י מעגלעכקײ ט או ן געלעגנהײ ט אויםצובויען פאר זיך פונדאמענטאלע עקאנאמישע פאזיציעם. א חו ץ אין נױ־יארק און שיקאג ע לעב ן אוי ך דראהיטשינער צעשפרײט איבע ר קאלעפארניע, פלארידע, מיזורי, קאנעטי ־ קוט ׳ פענסילװעגיא, אהאיא ׳ דזשארדזשיא, קאל. , א.א . א צא ל דראהיטשינער, װי געזאגט, געפינע ן זי ך אוי ך אין ארגענטינע ׳ קובא און קאנאדע. אבע ר דע ר דריטע ר גרעסטע ר דראהיטשי ־ 387

passage_51d96a531222b78da581ca78