390 דראהיטשין פון שול הא ט געזאגט ׳ זײנען געזעסן אסך ײדן לומדים . מ־ט; ערא־בערװאגדערונג פון ײדישן ישוב פון דער װעסט־סײד אין אנדערע געגנטן פון שיקאגא האט די גרויסע דראהיטשינער קתילת־יעקב שוהל, װי פיל אנדערע׳ געמוזט זיך, לײדער, אין נאװ״ 1955, פארמאכן... און האט זיך אין מערץ, 1956, צוריק געעפנט א.נ. ״קהילת־יעקב בית־שמואל״ אויף דעװאן־לאנדײל... תלמוד־תורה ,ר-,מ;ד־תװה א צ־יאריקן קורס אין עלעמענטארער ײדישער ויעויציאונג. ד׳ לערע־פראגראם האט אײנגעשלאסן: די העבר־ רעאישע און ײדישע שפראכן, חומש, רש״י, נ״ד, גמרא. דינים׳ ײדישע געשיכטע, ײדישע מוזיק וכדומה. אזוי איז עס אנגעגאנען ביז די לעצטע יארן, װען די ײדישע באפעלקערונג האט זיך אנגעהויבן אװעקציען פון דער װעסט־ סײד, און צוזאמען מיט פיל אנדערע ײדישע מוסדות, האט זיך אויך די תלמוד־תורה פון ״קהילת־יעקב אנשי־דראהיטשין״ א־ן 1955 צוגעמאכט...
װי געזאגט, האט די קהילת־יעקב תלמוד־תורה אנגעהויבן צו פונקציאנירן אין תרע״ז׳ 1917, אין בנין פון קהילת־ יעקב־שוהל, צו וועלכער עם איז געװען צוגעבויט א םפע־ ציעלער פליגל פאר א חדר. מיט דער צייט אבער איז דער פלאץ געװארן צו קלײן פאר דער גרויסער צאל תלמידים, װעלכע האבן געשטראמט פון די װײטסטע גאסן צו דער תלמוד־תורה, האט מען אנגעהויבן טראכטן װעגן א נײעם בנין. און װירקלעך, איז אין 1924 אויסגעבויט געװארן אוי ף העמלין עװ, דער גרויסער מאדערנער תלמוד־תורה־בנין, װעלכער איז במשך פון יארן געװען א צירוגג פארן גאנצן געגענט. װי בײ□ בויען די קהילת־יעקב־שוהל, אזוי אויך בײם בויען די נײע תלמוד־תורה, איז אליה אײזענשטײן געװען דער הויפט־ארכיטעקט און דער פארזיצער פון דעם בוי־קאמיטעט. די קהילת־יעקב תלמוד־תורה, װעלכע האט גע׳שמ׳ט אין גאנץ שיקאגא, האט זיך אײנגעטײלט אין צװײ םניפים: אײן םגיף — ״עברית בעברית״ און א צװײטער סניף — ״עברית באידיש״. יעדע ר סניף האט פארמאגט 8 קלאסן, בסך־הכל זײנען געװען 16 קלאסן. אין א-־ר רומפולער צײט האט די תלמוד־תורה פארמאגט 800 תלמידים. במשך פון איר עקזיסטענץ האבן טויזנטער ײדישע קינדער באקומען אין דער ר׳ שמחה מילער, זון פון ר׳ דוב און החל׳גע־ בוירן אין דראיהיטשין; געקומען קײן אמערי־ קע אין 1921. געװען 10 יאר װיצע־פרעזי־
דענטאון דע ם לעצטן יאר פרעזידענט פון קהילת יעק ב שול אויף דאגלאס. היינט איז ער װיצע פרעזידענט פון דער קהילת יעקב בית שמואל אויף דעװאן. בילד גענומען אין שול קהלת־יעקב בײם ארון ^ — הקוד ש אין יאר 1956. בית־עולם נאך אין 1894 האבן די ערשטע דראהיטשינער אימיגראנטן גע־קויפט א קרקע פאר א בית־עולם אויף מילװאקי עװענױ, באקאנט א.ג. ״מארטען־גראװ״ בית־עולם. אײניקע דראהי־ טשיגער זײנען דארט געקומען צו קבורה. דער דאזיקער ארט האט אבער געהאט פיל חסרונות און בעיקר, װײל עס האט זיך געפונען װײט פון דער ײדישער שכוגה, האבן די גבאים פון דראהיטשינער שוהל אויף ראסין עװענױ אײנגעהאנדלט (אין 1906 בערך) א שטיק קרקע (פאר $7,500) אויף װאלדהײם און עס מחנך געװען פאר א בית־החײם׳ װעלכער איז ׳אלעמען צו לאנגע יארן׳ אין נוצן עד־הױם. דער הײליקער ארט אין װאלדהײם װערט פארװאלטעט פון א קאמיטעט פון דראהיטשינער לאנדסלײט, אין װעמענס שפיץ עס שטײט דער סופעראינטענדענט, װעלכער פירט אן מיט דער גאנצער באלעבאטישקײט פון בית־החײם, דעם אמט פון סופעראינטענדענט האבן אין משך פון די אלע יארן פארנומען לויט דער רײ: הערשל האקמאן, יעקב גוטער׳ הערשל שקאלניק, אליה אײזענשטײן און ראובן דײטש. — הײנט זײנען םופעראינטענדענטן די ברידער אברהם אץ דוד אייזענשטיין. [דוב װארשלג?װםקי]
ר׳ צבי יצחק האפמאן׳ ע״ה׳ איז א געבוירענער פון דראהיטשין. איז געווען פון די עלטסטע דראהיטשינער אין שיקאגא די לעצטע יארן געװאוינט אין סא 1 פראנציסקא און געשטארבן אין עלטער פון 106 יאר. זען זײט 273 און 358,