8 מעריקע 397 שיקאגער הילפס־פארײן דער ערשטער דראהיטשינער ״הילפס־פארײן״ אין שיקאגא איז געשאפן געװארן אין אנהויב פון דער ערשטער װעלט־ מלחמה אונטערן נאמען ״רעליף־קאמיטעט״. טויזנטער דאלארן זײנען נאך דער מלחמה איבערגעשיקט געװארן קײן דרא־ היטשין אלס שטיצע פאר קהל און פאר יחידים נצרכים. אמעריקאנער דאלארן האבן געהאלפן צוריק אויפבױען די פארברענטע שטאט, די בתי־מדרשים, די תלמוד־תורד״, די באד און מקוד.; האבן געשפײזט הונגעריקע נפשותן געהאלפן געפאלענע בעלי־בתים צו אויפריכטן זײערע פרנסות וכדומה. א־ן מיטן פון די צװאנציקער יארן האט ז־ך די עקאנאמישע לא:ע פון די דראהיטשינער ײדן געהאט אױף אזױ פיל פאר־ בעסערט, אזוי, אז עס האט זיך נישט געפילט קײן נויטװענ־ דיקײט, סײדן אין אריסנאמס פאלן, צו פארלאנגען שטיצע פון די אמעריקאנער לאנדסלײט. במילא, האבן זיך די אמערי־ קאנער דראהיטשינער ״רעליעף־קאמיטעטץ״ אויפגעלײזט...
אבער מיטן אויפקום פון היטלעריזם און זײן ײדן־שנאה אין דײטשלאנד האט זיך אויך אין פוילן אויפגעהויבן פילן שטארקער דער אלטער זאאלאזישער און עקאנאמישער אנטי־ סעמיטיזם. . די פוילישע מאכט־ארגאנען אין דראהיטשין, װי א־ן גאנצן לאנד, האבן אנגעהויבן אפן ברעכן די ײדישע עקאנאמישע פאויציעס. דער מלוכהשער שטײערן־ שרויף האט אויסגעקװעטשט דאס לעצטע ביסל חױת פון ײדישן םוחר און בעל־מלאכה... דראהיטשינער ײדן האבן דאן אנגעהויבן צואלאמירען זײערע קרובים און לאנדסלײט אין אמעריקע װעגן זײער קאטאסטראפאלן עקאנאמישן מצב... 1933 איז אין קהילת־יעקב שוהל פארגעקומען א גרויסע אויםערארדנטלעכע פארזאמלונג פון לאנדסלײט, און עס איז דאן געשאפן געװארן דער שיקאגער ״דראהיטשינער אונטער־ שטיצונג פאריין״ מיט דוד אײזענשטײנען אלם פרעזידענט. דער הילפס־פארײן ה;:ט במשך פון זײן עקזיסטענץ פארשיקט קײן דראהיטשין פיל טוילנטער דאלארן. פון די געלטער ה;ןט מען פארטײלט צו הונדערטער דראהיטשינער נויטבאדערפטיקטע און צו פיל באלעבץטישע ױרדים מעות־ חטים אויף פסח און נתינות אויף ימים־נוראים... מען האט געשטיצט די בתי־מדרשים, דעם שפיטאל, די תלמוד־תורח, ביקור־חולים און לינת־רצדק... מען האט געשפײזט און גע־ שוכט יתומים, געהאלפן ארעמע כלות, געקויפט האלץ אויף װינטער פאר נצרכים וכדומה.
דער ״אונטערשטיצונג־פארײן״, שפעטער געטוישט דעם נאמען אויף ״אײד־םאםײעטע״, האט עקזיםטירט ביז דעם חורבן־דראהיטשין... [ד-װ■ ] לינקס איז א בילד פון דעס באנקעט, װאס די ״אײד־סא־ סײעטע״ האט אײנגעארדנט פאד דוד אײזענשטײנען אין 1940 .