Original scan
Original memorial-book scan 421
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-765

ארץ־ישראל 417 שמואל לעװ ע״ה ר׳ שמואל־' ^עװ׳ למדן, תורה־עםקן, איז געבוירן געװארן אין יאר תרט״ז אין דראהיטשין. אין דער יוגנט האט ער געלערגט בײ דעם גאון און צדיק ר׳ פנחם מיכאל זצ״ל פון ר׳ שמואל לעװ ע״ה, גרינדער פון הכנסת־אורחים אין ירושלים אנטאפאליע. נאך דער חתונה האט ער זיך באזעצט אין אנטאפאליע און האט זיך פארנומען מיט מםחר. שפעטע ר קומט ער צוריק קיין דראהיטשין און ער איז א מרביץ תורה ברבים. ווען זיינע קינדער זענען אונטערגעװאקסן האט ער באשלאסן צו פארן קיין ארץ ישראל. עס ווערט דערצײלט, אז די גאונים אליעזר משה (פינסק), ר׳ פנחם מיכאל (אנטאפאליע) און ר׳ מרדכי׳לע פון בוטן האבן אים אנגעזאגט אז איידער ער פארט קיין ארץ ישראל זאל ער באזוכן אמעריקע.

passage_0b014b64de6e960a938a0985
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 767-2055

ר׳ שמואל לעװאי איז טאקע געקומען קיין שיקאגא, װו ער האט געגרינדעט א חברא־ש״ס און די ״אגודת־אחים־אנשי־דראהיטשין״ א.נ. פון הרב לעסער, ז״ל. פון שיקאגא פארט ער קיין פאריז און גרינדעט דארט א חברא ש״ס און א חברא ״הײ־אדם״ א.נ. פון הרב לאבעצקי. פון פאריז פארט ר׳ שמואל קיין ירושלים. מיט דער הילף פון שיקאגער פילאנטראפ׳ מאקס נײטען, קויפט ר׳ שמואל א פא-־ן ירושלים א גרויסן הויף מיט הײזער, װו ער ארדנט אײן א הכנסת אורחים פאר תלמידי חכמים, א בית־יתומים א.נ. ״תפארת ציון וירושלים״, װי אויך אויסגעבויט א שוהל א.נ. ״זהרי־חמה״ פאד ותיקים, װאס האבן שטענדיק געדאװנט מיטן ״נץ־החמה״... דעם דאזיקן גרויסן פראיעקט האט זיך ר׳ שמואל געװידמעט זײן גאנץ לעבן. צענוליקער תלמידי־חכמים און עלנדע קינדער זײנען אױםגעהאלטן געװארן מיט אלעס גויטיקן אין די הײזער. צוזאמען מיט הרב ר׳ הײם דוד םפיצער האט ער בײם אמעריקאנער קאנסול אין ירושלים אויסגעפועל ט א שטיצע פון דער אמעריקאנער רעגירונג פאר זײנע צדקה־אנשטאלטן. מיט יארן שפעטער קומענדיק אויף א באזוך קיין נױ־ יארק שאפט ער א חברא, ״תפארת ציון וירושלים״, װי אויך די ״ישיבת תורה מצױן״ אין בראנזװיל. — ר׳ שמואל איז נפטר געװארן אין ירושלים כ״א טבת, תרפ״ג. (זען 1. 11.153.) יהודה ליב אײזענשסײן ע״ה

passage_7d732f4c2106bbd0ce3a339f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2057-3290

ר׳ יהודה־ליב בן ר׳ אײזענשטײן איז געבוירן 1865 אין דראהיטשין. צו 18 יאר (1883) אויסגעװאנדערט קײן ארץ־ ישראל. פאר א צײט געלערנט אין דער אגראר שולע פון באראן ראטשילד אין ״זכרון־יעקב״. ר׳ יהודה־ליב איז געװען אײנער פון די פיאנער ן און גרינ־ דער פון דער קאלאני ע ״בת־שלמה״ (7 ק״מ פון זכרון־יעקב), װאו ער האט זיך פארנומען מיט ערד־ארבעט. י.ל. איז געװען א פײאיקער לאנדװירט. זײנע פעלדער האבן ארויםגעגעבן גע־ נוג שפײז פאר זײן חױנ ה און אויך אױף צו מהנ ה זײן לײטן... ר׳ ליב איז געװען א פרומער ײד און האט פיל געלערנט אין זײן פרײער צײט. ר׳ ליב איז אויך געװען דער רבי פון ר׳ יהודה־ליב אײזענשטײן, ע״ה (צװײטער פון רעכטס, אין היטל}, מיטגרינדער פון ״בת־שלמה״. דעם בארימטן אגראנאם אהרן אראנםאן. ןפירער פון דער ״נילי״־באװעגונג אין ארץ־ ישראל אין דער ערשטע ר װעל ט מלחמה. ד.װ. ] ר׳ ליב איז געשטארבן כ״ג אלול, 1938, אין ״בת־ שלמה״. אלע ײנגלאך, װאם זײנען געבוירן געװאח אין דעם יאר פון ר׳ ליב׳ם פטירה אין ״בת־שלמה״ האט מען א נאמען געגעבן ״ליב״... ר׳ ליב האט געלאזן פינף זין און צװײ טעכטער. פרײדל װאלאנםקי, אן אײניקל פון ר׳ חײם בער אלטװארג, איז דארט אײנע פון די שניר...

passage_8bc7b483c7dbb05a557639a5