Original scan
Original memorial-book scan 423
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1301

מיוואיים 419 טילואים װאדויספז8ל פ*)!יאו ד״ר יצחק שיפער, דער היסטאריקער, ברענגט אין זײנעם א בוך, אין שייכות מיט דראהיטשין, זייער א װיכטיקע, היס־ טארישע דאטע, װעלכע איז נישט דערמאנט אין געשיכטע־ ארטיקל, װאס איז געדרוקט אין אנהויב פון ״יזכור־בוך״... מיר האבן זיך דעריבער געװענדעט צום היסטאריקער, הרב ד״ר כתריאל ליפמאן מישקין פון שיקאגא, וועלכער האט נאך א לאנגן און גענויער פארשוגג פעסטגעשטעלט, אז די דראהיטשין, װאס ד״ר שיפער דערמאנט אין זײן בוך איז גישט קײן אגדערע װי נאר אונדזער דראהיטשין... אויף דעם סמך פון דער דערקלערונג פון הרב ד״ר כתריאל ליפמאן מישקין, ברענגען מיר דא עטליכע פאראגראפן פון ד״ר שיפער׳ס בוך, װאו עס װערט קלאר און דײטלעך אנגע־ װיזן, אז אונדזער ײדיש־דראהיטשין איז אלט געװען מער װי פינף הונדערט (500) יאר... אין זײן ״אידישע געשיכטע״, באנד פיר, זײט 267 שרײבט ד״ר יצחק שיפער אזוי! ״פון די יארן 1463־1494 זענען אונז אין די אקטן פון דער גרויספירשטלעכער קאנצעלאריע (די אזוי גערופענע ״ליט־ װישע מעטריק״) אויפגעהיט געװארן א היפשע צאל ידיעות, װאס זאגן עדות, אז ײדן האבן אין יענער צײט ארענדירט כמעט אלע באדײטנדיקע צאל־קאמערן איג׳ם פירשטגטום. מיר באגעגעגעען זײ אלס ארענדארן פון די מכסים אין ביעלסק,

passage_e21b846a1d50e4dfe4ac58ec
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1303-2562

ברײנסק, דראהיטשין, גראדנע, קיעװ, ליטאװיזש, מינסק, נאװאגראד, פוטױול, זשיטאמיר, זװיאהעל וכדומה. א בילד װאס דערמאגט אונז אין די פארהעלטעגישן, װעלכע מיר האבּן אין דערזעלבער צײט געזען אין רויט־רײסן און װאלין (אגב, האט דעמאלט װאלין באלאנגט צו ליטע). ״די פארדינסט־מעגלעכקײטן פון די ארענדארן זענע ן אין ליטע געװען גישט קײן קלענערע װי אין רויט־רײסן, װארים איבער ליטע האט דעמאלט געפירט דער האנדל־שליאך קיץ דאנציג, אײנע פון די װיכטיקסטע ארטעריעס פונ׳ם פויליש־ ליטװישן האנדל מיט אויסלאנד. ״פונקט װי אין רויט־רײסן, האבן אויך אין ליטע די מכסים ארענדעס געהאט דעם פארנעם פון גרויס־קאפיטאליסטישע אונטערנעמונגען. אזוי א שטײגער, האט אין די 80־קער און 90־קער יארן פון 15־טן י״ה דער יערלעכער ארענדע־ציגז פון די מכסים אין בערעסטעטשקא, דראהיטשין, ביעלסק און גראדנע בעטראפן 1.100 שאק גראשן (איבער 7.000 דא־ לאר), אין לוצק — 1.512 שאק גראשן, אין פוטױױל — 1.100 שאק, אין מינסק — 250 שאק א.אז.װ.״ עד כאן ד״ר שיפער. אויף דעם דאזיקן היסטארישן דאקומענט פון ד״ר שיפער, האט אונדז אויך אויפמערקזאם געמאכט אונדזער בן־עיר, שמואל ב״ר טוביה־דוד לעװ פון נױ־יארק... זאגן מיר צו די אלע — ײשר כוחכם! [דוב װארשאװסקי]

passage_6797999b2f0664792b2d5567
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2564-3777

אין די רײען פון ״אירגון״ ארום ירושלים קעגן די אראבער... האט זיך מיט זײגע חברים ארײנגעבראכן קײן אלט־ירושלים און געהאלטן די פאדערשטע פאזיציעס אויפן ״הר־ציון״ פון יולי ביז סוף סעפטעמבער, ביז דעם שטילשטאנד... נאך דער אויפלײזונג פונעם אירגון (אין סעפ) אנגעשלאסן זיך אין דער ישראל־ארמײ און געהאלטן, אלס מפקד, די פאזיציעס פון הר־קאסטל, כסלו ן א.א. װארשאװ איז פון די הויפט־גרינדע ר פון די בית״ר׳שע קיבוצים ״רמת־רזיאל״ (נאװ. 1948) און ״מבואות־בית״ר״ (20 אפריל, 1950). ױני, 1950 געקומען קײן נױ־יארק צו װערבירן ביתר־חלוצים פאר די דערמאנטע קיבוצים. 12טן אויגוסט, 1951 צוריקגעפארן קײן ארץ־ישראל. װינטער 1952 גע־ ענדיקט א קורס פון דער אפיצירן־שולע פון ישראל־ארמײ. װארשאװ געפינט זיך הײנט מיט זײן פרוי מרגלית (געהײ־ ראט 22 יולי, 1953) און צװײ טעכטער׳ ורדא און אסתר, אין ״רמת־רזיאל״, װאו ער איז ״מפקד אזורי״, קרײז קאמענ־ דאנט און טראגט די אחרױת פאר דער שמירה פון געגנט... װארשאװ איז פארבונדן מיט דער פאליצײ און ארמײ... און האט די ראנגעס פון פאליצײ־סערזשאנט און ארמײ־לויטענאנט (צװײטער). זען זײטן 193 און 244. סײדי (טאכטער פון הרב זאב מילער ז״ל) און נארמאן מירםקי

passage_e50ad3f5a700036725647680