Original scan
Original memorial-book scan 45
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1410

דאס שטעטל 41 איז געװען שטארק אין דער מאדע דער סורדוט און דער הארטער הוט (קאפעלוש). עס איז נישט געװען קיין פראגע פון ״פרום׳ / אדער נישט ״פרום״. שבת׳ כשרות און טהרת־ המשפחה האבן אלע ײדן (א חוץ עטליכע געצײלטע פערזאן) אפגעהיט. אלע ײדישע הײזער זײנען געװען בחזקת־הכשרות. אזוי איז געװען דאס נאטירלעכ׳ ײדישע לעבן מקדמונים אן. דאס גאנצע קולטורעלע און געזעלשאפטלעכע לעבן. װי געזאגט׳ האט באזירט אויף דער.תורה און עס האט זיך געהאט קאנצענטרירט אין בית־מדרש. די בתי־מדרשים זײנען שטענ־ דיק, אין דער װאכן און אין די שבתי םאװדאי, געװען אויס־ געפילט מיט מתפללים. אפילו די ארבעטער יוגנט פלעגט אויך אין די שבתי םקומען אין בית־מדרש. אינטערעסאנט איז, אפילו׳ דער בונדישער פארשטײער פון שטעטל האט אויך נישט פארפעל ט א שבת צו קומען אין שוהל. װי אלע פרומע ײדן פון שטעטל, פלעגט דער בונדיסט גײן מיטן טלית אונ־ טערן ארעם (אין שטעטל איז שטענדיק געװען אן ערוב) און נאך פיר ןזײנע קינדער ביי די הענט אין בית־מדרש ארײן. איך געדײנק, װי מען פלעגט טײטלע ןאויף איינעם (אביסל אן אויפגעקלערטער) מיט די פינגער: ״ער עסט פאר קבלת־ שבת״... הגם דער אײנער פלעגט אויך גײן אלע שבת־פרי אין שוהל. שבת אין שטעטל פרײטאג נאד האלב ןטאג פלעגט מען שוין מערקן דאס אנקומען פון דעם שבת. ײדן זײנען געלאפן, לכבוד שבת, אין באד ארײן. די װײ־ בער האבן זיך גע־

passage_bd0a96e160450bdee1493a64
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1412-2669

אײלט צו פאררוקן די טשאלנטן אין די אוױוונס. די קרעמער האבן אין דער גיך ארויסגע׳פטר׳ט די לעצטע קונים. און װי נאר דער שוהל־רו־ פער פלעגט קורץ פאר ליכט־בענטשן אדורכגײן דאס גאנצע שטעטל און רופן אויפן קול: ״ײדן אין שההל ארײן!״, אזוי פלעגט זיך גלייך אנ־ הויבן א קלאפערײ מיט די טירן און שלאָסער פון די נאכדעם איז דער גאנצער װאכעדיקער גערודער און האו מידער געװארן פאר־ שטילט. אלע גאסן זײנען געװארן אפגעלײדיקט פון די פאר־ יאגטע און פארהאװעטע מענטשן. אין דײדישע הײזער האבן אויפגעשײנ ט די פײערלאך פון די שב;־ליכט, װעלכע האבן ארויסגעבליאסקעט דורך די פענסטער. דער שבת־מנוחה האט זיך געהאט צעלײגט איבערן שטעטל. טאטעס און קינדער, אויסגעצװאגענע, פארפוצטע אין בגדי־שבת, האבן זיך גע־ שלײכט פאמעלעך אין שוהל צו קבלת־שבת. אין יעדן בית מדרש איז געװען א חברה־ש״ס, וואס האט יעדן טאג געלערנט א בלאט גמרא. עס זײנען אויך געװען חברות פון משניות, עין־יעקב, מדרש, חײ־אדם, חומש׳ תהלים וכדומה. דאס איז געװען א גאנצע װאך. װער רעדט נאך, אז עס איז געקומען שבת האט אין בית־מדרש גערוישט װי אין נײער בית־המדרש. — פון רעכטס: ױזף בעזדזשעסקי, דער שוחט ר׳ יוסף דוד שוב, משה אהרן בערג און טוביה דוד לעו

passage_8919b41a822c202185815ffa
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2671-3254

א בין־שטאק. אויפן אלטן טיש און סטענדערס האט מען געלערנט; װער עס האט מיטגעלערנט מיט א חבריה און װער ס׳האט געלערנט פאר זיך אלײן. אפילו די שיחות־חולין פון די בעלי־עגלות, װעלכע האבן געטומלט אונטער דער בימה, בײם אוױון, איז אויך געװען א תענוג־רוחני און האט צוגע־ געבן קאלאריט צו דעם שבת־קודש... א גאנצן שבת זײנען אלע קראמען און געשעפטן געװען פארהעמערט און פארשלאסן. אפילו דער פרײסטער האט נישט געװאגט צו ארויסברעכן זיך פון גדר. קײן ברעקעלע שכנא שוהל־רופער, שמש פון גאס בית־מדרש קראמען. אין א קורצער װײלע

passage_60d5fa9100e3e0580467db92