Original scan
Original memorial-book scan 50
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1178

46 דראהיטשין ז . פארטײען, ארגאניזאציעס און אינסטיטוציעס עפאכע פון שיטורעם און דראנג סוף־טן יארהונדערט, װען איבער רוסלאנד האט זיך צעטראגן א כװאליע פון אויפברויז און בונט קעגן דער צארי־ שער מאכט, האט זיך דער רעװאלוציאנערער שטראם אױר דערטראגן קײן דראהיטשין. עס האבן זיך געגרינדעט גרופעס ״עס־עס״ און פון ״בונד״, װעלכע זײנען געװען באװוסט אלס די ״שװעסטער און ברידער׳/ און װעלכע האבן אנגעפירט מארקעס פאר׳ן קרן־קימת און אקציעס פון דער ״פאלעסטינער אקציאנס־באנק״. זײ פלעגן אױך שטײן מיט קערות ערב־ױם־ כיפור אין די שוהלן. די באלפור־דעקלעראציע — התלהבות און ענטױשונג די ריכטיקע צױניסטישע ארבעט האט זיך ערשט אנגעהויבן אין יאר 1918. נאכדעם, װי די דײטשישע אקופאציע־ מאכט האט זיך אויפגעלײזט און מען האט זיך דערװוסט פון דער באלפור־דעקלעראציע, אז ״ענגלאנד האט אװעקגעגעבן ארץ־ישראל צו די ײדן״, זײנען דראהיטשינער ײדן געװארן באהערשט מיט דעם ידאן משיח׳שן עקסטאז. בײ אלעמען, פון קלײן ביז גרויס, איז דער ענטוזיאזם פאר ארץ־ישראל געװען גרדסע ניאניפעמטאציע אין דראהיטשין לכבוד סכרײקן און א רעװאלוציאנערע פראפאגאנדע קעגן צאריזם.

passage_f22f2cb9daa6c584c03bd8a3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1180-2248

צװייטער זעלבער צײט האט זיך אין דראהיטשין אױך אנ־ געהויבן צו פארשפרײטן דער ״חיבת־צױן״־געדאנק. א גרע־ סערע צאל ײדישע ױנגעלײט זײנען געװען אנגעשלאסן אן דער ״חובבי־צױן״־באװעגונג. שפעטער, װען עס איז אויפגע־ קומען אױף דער ײדישער גאס הערצל׳ס פאליטישער צױניזם, האט זיך אױך אין דראהיטשין אנגעהויבן א צױניסטישע בא־ װעגונג. ײדישע ױנגעלײט פלעגן ארומגײן פון שטוב צו שטוב אױטארקויפן שקלים פאר דעם צױניסטישן קאנגרעס, װי אױך דער באלפור־דעקלעראציע — ל״ג בעומר, 1919 אין לשער. נאכדעם, װי מען האט געהאט דורכגעמאכט אזא שװערע און לאנגע מלחמה, מיט אזױ פיל צרות און פורענױת׳ן האט זיך איטלעכער געדאכט, אז ער הערט שוין די טריט פון משיח׳ן... עס זײנען פארגעקומען גרויסע מאניפעסטאציעס לכבוד דער באלפור־דעקלעראציע. און א ױנגערמאן אױף א װײסן פערד האט םימבאליזירט ״משיח׳ן אױף דעם אײזל״... די אײנציקע זאך, װאס האט געהאט פארנומען אלעמענס קעפ, איז געװען ארץ־ישראל. יעדן אײנעמס געדאנק און באגער איז געװען, װאם גיכער אװעק אין אײגענעם לאנד ארץ ישראל.

passage_74dc4c732145634d2bfba1d9