Original scan
Original memorial-book scan 52
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1309

48 דראהיטשין אויפגאבע איינצונעמען די בימות און בעלעמערס פון די בתי־ מדרשים און שוהלן און צו באווירקן אויף די שוהל־יידן, וועלכע זענען געווען דער רוב־עם, לטובת דעם ארץ־ישראל־ געדאנק. אין יאר 1926, בערך, האט זיך אין דראהיטשין אנגעהויבן צו רעפארמירען אן אפטיילונג פון זשאבאטינסקי׳ם רעווי־ זיאניזם און זיין יוגנט־ארגאניזאציע דער ״בית״ר״. אלס קעגן־געוויכט צו דער יוגנט־גרופע ״בית״ר׳/ האבן מאכט און די אראבער. דער באלאנס צווישן די פועלי־ציון־ פרייהייט און די רעוויזיאניסטן־בית״ר האט זיך אויסגעגלייכט. זיי זענען געווען און געבליבן די צוויי גרעסטע, אגרעסױסטע כוחות אין שטאט. מחמת די פועלי־ציון און די רעוויזיאניסטן האבן געהאט באהערשט 90 פראצענט פון דער יוגנט פון שטאט. די אומפארטייאישע און פאסױוע האבן זיך אויך גע־ הא ט פארטיילט אין צוויי צדדים. א טייל האבן געהאלטן מיט די פועלי־ציון און א טייל מיט די רעוויזיאניסטן. די אלגע־ די ״פועלי־ציון״ פארטיי און איר יוגנט־גרופע ״פרייהייט״ אין יאר 1928 די פועלי־ציון אויך געשאפן א יוגנט־גרופע א.נ. ״פרייהייט״, און פון דאן האט זיך אנגעהויבן אין דראהיטשין דער אידיע־ אלאגישער קאמף צווישן די פועלי־ציון און די רעוויזיאניסטן. ביידע צדדים האבן מאנעװרירט פאר בעסערע פאזיציעס אין שטאט, און צו אריינציען אין זייערע רייען װאס מער מיט־ גלידער.

passage_51cc877513358044cde0c69a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1311-2419

דאס יאר 1929 האט געבראכט א ראדיקאלע איבערשיכ־ טונג פון די פארטײאישע כוחות אין דראהיטשין. צוליב די שרעקלעכע אראבישע פאגראמען אויף די ײדן אין ארץ־ ישראל האט א גרויסער טייל פון דראהיטשיגער ױגנט און פון עלטערן עולם, געגעבן זיך, איבער נאכט, א ווארף ארי־ בער צום רעװיזיאניזם, וועלכער האט געפאדערט א מער דראסטישער האנדלונג לגבי דער ענגלישער מאנדאטאר־ מײנע צױניסטן און דער מזרחי זײנען ׳ צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קײן ױגענדלעכע, געבליבן אין פאסיװן צושטאנד. אין פיל ענינים זײנען די אלגעמײנע צױניסטן, דער מזרחי און די רעװיזיאניסטן געגאנגען צוזאמען קעגן די לינקע גרופירונגען. עם חאט צװישן די דרײ דערמאנטע גרופירונגען געהערשט א נאענטע פרײנטשאפט, מחמת זיי האבן זיך אלע רעקרוטירט פון דעם בירגערלעך־רעליגיעזן עלעמענט פון שטאט. דער ״השומר הצעיר״, הגם, ער האט אין זײנע רײען נישט געצײלט קײן פיל מיטגלידער, איז ער אבער געװען גאנץ פא־ פולער אין שטאט, װײל ער האט פארמאגט צװישן זײנע פירער א צאל ענערגיעשע און פײאיקע ױנגעלײט. קײן ארגאניזירטע ״אגודה״ איז אין דראהיטשין קײנמאל

passage_1995a5f9ba526a364de27815