י^י^^ לםילאנים י (ניױיארק) * מױיטאלין וראודםשי ז 1 . און איז דאם דערזעלביקער טײכל, װו מיר פלעגן באדן זיך גײן? װו זײגען די הינט מיט די שקצים, װאם פלעגן בײם ברעג שטענדיק שטײן?.. . ױאל סלאנים און איז דאם דערזעלביקער װיאן, װו מיר פלעגן זומער פארגאבט נאך חדר זיך שפילן אין פערדלאך, אדער מעשױת דערצײלן יפארטראבט?.. . און איז דאם דערזעלביקער גארטן, װו מיר האבן שטונדן געקעםט אויף יאגדעם און קארשן און אײעלעך, געגגבעט פון פויגעלשן נעםט?.. . • ױאל םלאנים, — װעלכער איז געװען א באוװסטער דיכטער און איז פאר א צײט מיט יארן געװען א מיטארבעטער פון נױ־יארקער ״טאג״, װו ער האט פארעפנטלעכט א גרויסע צאל לידער, — איז געװען א געבוירענער פון דראהיטשין. מיר ברענגען דא עטלעכעס פון םלאנימ׳ס לידער, װאס דער דיכטער האט געהאט געדרוקט אין ״טאג״ נאך זײנע באזוכן אין דרא־ היטשין. י. סלאנים איז געשטארבן אין 1944. — [די רעד.] און איז דאם דערזעלביקער בערגל, װו איך מיט מײן קלײנער ארמײ פלעג שטענדיק פארטרײבן די ״פלשתים״ אין גריבער פון בלאטע און שנײ?.. . און איז דאם דערזעלביקער פעלד, װו כ׳פלעג שבת אװעק אין די קארן מיט חיה׳לען? כ׳האבן קײנמאל פארגעסן די קושן, אין לױף פון די יארן!.. . און איז דאם — די ריזיקע טורעמם, דער טומל, דער װילדער געשרײ, די פלאמען װאם שפרײטן זיך, ברענען אין טאנצנדיקן הארץ פון בראדװײ.. .
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1384
passage_32a9deac754bf3c442019154
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1386-2241
ציהאבאיךאיןבליציקװןאומרו פארלארןדאסגליקופונאמאל, ציהאבאיךאיןאשפוןדיפלאמען פארגעסןדעםװײט־װײטןקול?.. . צי איז דאס דראהיטשין, דראהיטשין, דער אינדזל, דער גרינער פון גליק, װו איך בין אלם קינד נאך געקומען פון אמיעריקע מיט װונדער אין בליק.. . דער זאמדיקער װעג איז צו בראנע געװען מיר פון חלום ם׳לאנד, און טעגלעך װײט־װײט ©ון פאפינע פלעגט מיך פירן א נעפלדיק האנט.. . ניט װונדער, מײן פרײנט, זיך, דו ביסט איצט צוריק אין דראהיטשין געקומען, צוריק אין די גאסן און געםלעך, מיט שײנע זכרונזת באנומען.. . מײן פרײנט, דא איז אלץ װי געװען — דער װאלד און דער טײך און די קארן; ם׳איז אלץ דא געבליבן װי פריער, נאר דו ביסט פארענדערט געװארן . . . 2 . און װען איך בין אין דראהיטשין געקומען צוריק, דאן האב איך זי גאר ניט דערקענט; 57
passage_586fc95a2f57d2a51e5866e8