Original scan
Original memorial-book scan 71
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1293

א קאפיטל געשיכטע 67 צו זיי געזאגט, איר טארט נישט נעמען אויף זיך אזא ריזיקע. אין אזא ענגשאפט, װאם הערשט איצט אויף די װעגן און דער־ צו נאך אזא טריקעניש, װאם מענטשן פאלן װי די פליגן פון דארשט, שטעלט איר אין סכנה דאס לעבן פון אייערע קינדער. גייט צוריק אהײם, זאג איך צו זיי, און גראבט אקאפע ם און גאט װעט העלפן. די ײדן האבן מיר געפאלגט און אומגע־ קערט זיך צוריק אהײם. שפעטע ר האב ן מיר פיל פון זיי גע־ דאנקט פאר מיין עצה װאם איך האב זיי געגעבן. אין א דאנערשטאג, װי נאר עס איז געװארן נאכט, איז דער הימל געװארן שטארק רויט פון די שרפות, װאם די קאזאקן האבן אנגעצונדן די דערפער ארום שטאט. מיר האבן שוין געװוסט, אז דאס איז די לעצטע נאכט, און אז נאך הײנט באנאכט װעט מען אונטערצינדן דראהיטשין. (אגב, אינטערע־ סאנט איז דער עפיזאד: בײטאג האט א דײטשישער עראפלאן אראפגעװארפן א באמבע אין זאקאזעליע, װאס האט פונקט געטראפן אין דעם גרויסן ״זאװאד״ פון שנאפס און האט אײנ־ געלײגט עטלעכע װענט. גראד האבן זיך דארט, אין דעם ברויז, געפונען ײדן פון וואלעװעל און פון דראהיטשין, װאס זײגן געקומען שעפן פון דעם בראנפן, װאס די רוםן האבן ארויסגעלאזט פון די באסײנען אין דער ערד. צום גליק האט דער באמבע־אויפרײס קײנעם נישט געשאדט... )

passage_a461b6638a563daf8a0f0ecb
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1295-2330

דעם זעלבן אװנט, דאנערשטאג, האבן מיר זיך אלע פארקליבן מיט אונזערע געפעק, — װער עס האט אנגעלאדן אויף א װאגן און װער עס האט געטראגן אויפן פלײצע, — אויף דעם װיאן צו אונזערע אקאפע ס און געװארט אויף דעם שטורעם. פונקט 12 בײנאכט האבן די רוםן אנגעהויבן צו צינדן די הײזער פון שטאט. עס איז געװארן ליכטיק װי בײטאג. און יעדער אײנער איז געשטאנען, מיט א פארקלעמט הארץ, און געקוקט װי זײן פארמעגן גײט אװעק מיטן רויך. ח. קאנאנאדע איכער דראהיטשין פרײטאג נאך האלב טאג האט זיך אנגעהויבן די קאנא ־ נאדע איבער דראהיטשין. די דײטשן זײנען געלעגן אײנגע ־ גראבן ערגעץ אין בראנע און די רוםן זײנען געשטאנען ארום ליפניק. די סנאראדן זײנען געפלויגן איבערן שטאט. די ײדן זײנען געלעגן באהאלטן אין די אקאפעס, װעלכע זײנען געװען איבערפולט מיט אלטע מענטשן און קלײנע קינדער. מען איז געװען אין אײנע שרעק, אז א סנאראד זאל, חלילה, נישט טרעפן אין אקאפ. די גאנצע צײט פון דער שיסונג האט מען געהאלטן אין אײן שרײען ״שמע ישראל״.

passage_5f1e8786d3950a81f499c3cb
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2332-3654

פארנאכט צוליכט־צינדן איז געװארן שטילער, איז מען ארוים פון די גריבער צו כאפן אביסל פרישע לופט, מען האט גלײכצײטיק מקבל שבת געװען בײ די גריבער און מען האט געפראװעט די שבת׳דיגע םעודה. ארום האלבען נאכט האט זיך װידער אנגעהויבן די שיםערײ, װעלכע האט אנגע־ האלטן ביז טאג. שבת אינדערפרי איז מען ארויס פון די נארעס און מען האט געדאװנט אויפן גראז. איך מיט מײנע שכנים האבן געקראגן א הויז, װאס די קאזאקן האבן פארזען צו אוג־ טערצינדן, און מיר האבן דארט געדאװנט בציבור און אויך געלײענט די קריאה פון א ספר תורה, װאס מיר האבן געהאט מיט זיך. די דאזיקע הײזקע איז אונז גוט צונוץ געקומען, װײל שבת בײטאג האט פלוצלונג, נאך א לאנגער טריקעניש, אנגעהויבן גיסן א שלאגס רעגן׳ װעלכער האט אעעפילט אונדזערע גריבער מיט װאסער, און מיר, דורכגענעצטע ביזן לײב, האבן זיך מיט אונזערע קיגדער ארײנגעקליבן אין דער הײזקע. דאם איז אפשר געװען פאר אונזער טובע װעגן, מחמת אײן אקאפ איז, צוליב דעם רעגן, אײנגעפאלן און אײדי ש מײדל איז דערשטיקט געװארן, ל״ע. שבת נאכן האלבען טאג האט זיך די באמבארדירונג באנײט, נאך מיט א גרעסערן פוריע. די הארמאטן פון בײדע זײטן האבן געדונערט און גערימסן גאר ניט צו באשרייבן. די הויז, װו מיר זײנען געלעגן האט זיך, פון די קלעפ, געטרײםלט 1 1 1

passage_24bc0d1c9e38030d89a906ce
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3656-5020

פון רעכטס: מאיר יהודה, חיה, לײבע און שײנקע פעלדמאן; װעלװעל, אסתר און לאה בײלע מישאװסקי; און מאכליע. און געװארפן װי א פילקע, אט, אט, פאלט זי אײן אויף אונז אלעמען. מיר האבן נישט אויפגעהערט צו שרײען ״שמע ישראל״ און בעטן גאט, אז מיר זאלן ארויםגײן מיט די לעבנס פון דעם שטורעם. אינדערפרי, אז עס איז שטיל געװארן און מיר זײנען ארויס אויפן גאס האבן מיר דערזען, אז עטליכע פערד זײנען לעבן די גריבער געלעגן טויט, געטראפן געװארן פון די שראפנעלן. א שראפנעל האט אויך געטראפן מאיר דעם בעל־עגלה אין האנט, מאכנדיק א קלײנע װונד. אבער א חוץ דעם האט א דאנק דעם עװיגן קײנעם נישט געשאדט. דעם גאנצן זונטאגדיקן טאג איז געװען שטיל. דער עולים איז געלעגן לעבן די גריבער און מען האט געשמועסט. זונטאג פארנאכט האט זיך פונדאסניי אנגעהויבן די שיםעריי, װעלכע האט אונז צוריק ארײנגעטריבן אין אונזערע לעכער. אזוי האבן מיר אפגעלעבט אין שרעק און אין פחד ביז מאנטאג פרי, װען עס איז אינגאנצן שטיל געװארן. ארויםקריכנדיק אויף דער פרײער לופט איז צװישן עולם געװארן א פרײד און א גערודער. מען האט דערזען די ערשטע פאר דײטשן ארײנקומען אין שטאט. דאם האט געהײסן, אז דער קאמף ארום דראהיטשין איז שוין געענדיקט. די שמחה מיט די דײטשן איז געװען אזוי גרויס, אז אייגיקע יידן האבן געכאפט קושן די דײטשן.. .

passage_ebd21b132bdacb00149e89a2