Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 74
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-634

70 דראיהיטשין און טויזנטער ײדישע נפשות האבן נישט געהאט ווו זייערע קעפ צו לייגן, ^ איז פלוצלונג, דעם 2־טן טאג חול־המועד סוכות אויסגעבראכן א שרפה אין דארף סטאראסיליע, וועלכער איז געווען באזעצט דורכאויס מיט ײדישע פאמיליעס, און אלע הייזער מיט דעם פארבליבענעם ײדישן פארמעגן איז געװארן פארברענט און פארניכטעט. די ײדישע נשרפים האבן, צום צווייטן מאל, געמוזט נעמען דעם װאנדער־שטעקן און זיי האבן זיך צעשפרײט איבער די ארומיקע דערפער, ווי בילינקע און אנדערע. עס איז װי מען זאגט: ״א בעטלער האט נישט װאס אנצװוערן, ברענט אפ אײן דארף גייט ער אין א צװײטן דארף״.. .

passage_745d97d74f426cdbfb6fce86
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 636-1971

אויסגעלאזט האט זיך, אז די שרפה פון סטאראסיליע איז גאר געװען לטובה. די םטארא־ סיליער שרפים האבן דארט אין די נייע דערפער, װו זײ האבן זיך בא־ זעצט, געפונען gute וװינונגען און פולע שײערן מיט תבואה און קארטאפל. און דער עיקר, זײ האבן זיך געראטעװעט פון דער עפידעמיע, װעלכע האט א גאנצן װינטער גע־ בושעװעט אין שטאט. אין קורצן איז דער אויספאר פון דראהיטשין געװארן באגרענעצט. דער בריק בײם זאמד איז געװען דער גרע־ נעץ, װײטער פון דאנען האט מען נישט געטארט גײן. אױף יענער זײט האט שוין געהײסן ״אפאזיציאנס־געביט״, מלחמה־ געביט. מען האט אפילו אױף דעם נײעם בית־עולם נישט געטארט קומען, םײדן מען האט געהאט א ספעציעלע דערלויבעניש פון דײטשישן קאמענדאנט. האט מען טאקע די מתים געמוזט מקבר זײן אױף דעם אלטן בית־עולם. יא. דער נײער שטאט־קאמיטעט װי געזאגט איז שטאט נישט געװען צופרידן פון איר בירגערמײםטער, װעלכער איז געװען א לאדזשעי און איז געװען פרעמד די ייִדן פון דראהיטשין. האט מען אװעקגעשיקט א ביטע צום דײטשישן קאמענדאנט, אז שטאט פארלאנגט אויםצוקלײבן א נײעם בירגערמייםטער. דער קאמענדאנט, װעלכער איז געװען א גאנץ ליבעראלער מענטש, איז מרוצה געװארן אױף דער בקשה און געהײסן רופן א פארזאמלונג פון שטאט בעלי־בתים, און ער װעט אויך קומען צו דער זיצונג.

passage_307dfe8701b733bb6d971262
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1973-3332

צו דער באשטימטער צײט איז דער קאמענדאנט מיט זײנען לויטענאנטן, װי אזוי דער בירגערמײםטער, געקומען צו דער פארזאמלונג. דער קאמענדאנט האט ארײנגערופֿן יעדן אײנעם אין א באזונדער צימער און געפרעגט װעמען מען װיל פאר א בירגערמײסטער. יעדער אײנער האט אנגע־ געבּן מײן נאמען. לסוף האט דער קאמענדאנט געהײםן מיר זאלן פון צװישן זיך אויסװײלן א דעלעגאציע פון 4 פערזאן און קומען מארגן אין קאמעדאנטור װעט ער געבן זײן ענטפער. אויף מארגן זײנען מיר פיר (זכריה שמיד; הערשל חײם לעװ, דער רימער; ליפמאן עזריאל׳ם, פעלדמאן; און מײן װײניקײט) געקומען צו דעם קאמענדאנט, װעלכער האט אונדז דערקלערט פאלגענדעס; בירגערמײסטער װעט זײן דעד אלטער װי געװען. נאר אזוי װי אלע ײדן האבן צוטרוי צו מיר, על־כן׳ װעט ער מיך באשטימען אלם אויפ־ זעער איבער די פינאנצן, ד״ה, קאסירער. און די איבעריקע 3 פערזאן װעלן אויך געהערן צום קאמיטעט. ער האט אויסגע־ שאפט, האט דער קאמענדאנט װײטער פארטגעזעצט, א װאגאן צוקער און אנדערע ■שפײז, מיר, דער קאמיטעט פון פיר, װעלן דאם דארפן פארטײלן דעם צוקער און די שפײז צו אלע גע־ מײנדעס און אין שטאט גופא. דער קאמענדאנט האט אונדז גלײך אחיסגעגעבן פאפירן, באפולמעכטונגען, װאם האט געהײסן, אז פון הײנט אן זײנען מיר פיר דער פאקטישער שטאט־קאמיטעט. דער קאמיטעט האט זיך גלײך גענומען צו דער ארבעט.

passage_989bfebcbdf1a7ee08bb8dfb
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3334-4713

מען האט געדונגען א גרויסן שפײכלער (בײ אלטער דעם סאכער), װו מען זאל אראפלײגן דעם צוקער. אין קורצן איז טאקע אנגעקומען דער ערשטער װאגאן צוקער. דער ײדישער קאמיטעט האט פארטײלט דעם צוקער צו אלע ארומיקע ישובים און, פארשטײט זיך, צו אלע דראהיטשינער יידן, לויט דער גרוים פון די פאמיליעם. די שטאט האט אנגעהויבן אפ־לעבן. חדשים לאנג האט מען נישט אנגעזען קײן שטיקל צוקער אין די אויגן. עס איז נישט געװען מיט װאם צו פאר־זיםן אביסל װאםער פאר די טיפום־קךאנקע. איצט האט מען געקענט מחיה זײן די קראנקע מיט א ביסל װארעמס. פון דעם רױח, װאס דער שטאט־קאמיטעט האט ארײנגענומען פון דעם צוקער, האט מען אויסגעהאלטן דעם שפיטאל, װאס האט זיך געפונען אין די דרײ הײזער, װעלכע זײנען פול געװען מיט חולאים. [עס דארף דא באמערקט זוערן, אז די הויפט־טוערי אין שפיטאל איז געװען כאשע די בראנערקע, הערשל חײם׳ם פרוי, זי איז ארומגעגאנגען ארום די קראנקע און געארבעט מיט איבערמענטשליכע כותות ביז װאנען זי האט זיך אלײן ארײנגעלײגט אין שפיטאל.] פון דעם זעלבן געל ט האט מען אויך פארריכט די צעשטערטע באד און די מקוה און מען האט שוין אויך אנגעהויבן טראכטן װעגן בויען א בית־מדרש. קײן קראמערן זײנען נישט געװען די גאנצע צײט פון דער דײטשישער אקופאציע און מען האט זיך געמוזט בא־נוגענען מיט די שפית, װאס דער קאמיטעט האט אויסגע־

passage_2bca85bdbcc452ea1c113b07
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4715-4805

ײדישע מילץ, 18־1915. פון רעכטס.־איטשע מישאװסקי, זײדל װײםמאן, ירמיה גראסמאן

passage_677cc580f3ddb53359cdd37c