Original scan
Original memorial-book scan 77
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1326

א קאפיטל געשיכטע 73 אײגענעם פערד־און־װאגן האט געדונגען א פרעמדן. עס איז אעעגאנגן אן אמת׳ער געיעג׳ װער עס קען ארײנפירן מער קלעצער אין שטאט. אנדערע זײנען געפארן אין די דערפער און האבן אריבערגעפירט גאנצע פויערישע הײזער און עס אויפגעשטעלט אויף זײערע פלעצער. אין פארלויף פון אײניקע תדשים זײנען אויפגעקומען אין שכאט פיל נײע הײזער. אויף דעם זעלבן אופן האט זיך גענומען אפבויען דער אלטער בית המדרש׳ װי אויך דער גאם בית־המדרש. װער עס האט נאר געהאט א פערד־און־װאגן האט זיך מנדב געװען צו ברײעען קלעצער פון װאלד. בעלי־מלאכות האבן מנדב גע־ די דײטשן גײען אװעק און די פאליאקן קומען אן נאכדעם, װי די דײטשן האבן פארלאזט דראהיטשין איז די שטאט געבליבן. הפקר, אן א צױוילער מאכט. שטאט האט אויף דער גיך ארגאניזירט א ײדישע שוץ־װאך, װעלכער מען האט באװאפנט מיט עטליכע פארזשאװערטע ביקםן, און װעלכע האט געװאכט איבער דער שטאט קעגן איבערפאלן פון דרויסן. מיט עטליכע װאכן שפעטער איז קײן דראהיטשין ארײן אן אפטײלונג באלשעװיקעם, װעלכע זײנען זײער פײן אויפ־ גענומען געװארן מצד דער באפעלקערונג. מען האט די געםט ארײענומען אין די הײזער און געגעבן זײ עסן און טרינקען. די באלשעװיקעם פון זײער זײט האבן זיך זײער אײדל אויפ־ געפירט און האבן צוגעזאגט די ײדן הרים וגבעות.

passage_f09bf0613d08eef5639f9784
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1328-2412

פארנאכט זײנען די באלשעװיקעס אװעק קײן אנטאפא־ ליע. אויפ מארגן פרי האבן מיר געזען געצײלטע פון זײ לויפן אין בהלה צוריק. הינטער אנטאפאליע איז די קליינע אפטײ־ לונג באלשעװיקעס באפאלן געווארן פון א גרױסער אפטײ־ לונג פאליאקן און זײ זײנען געווארן צעקלאפט. אין דער זעלבער װאך האבן ארײנגעמארשירט קײן דראהיטשין די פאליאקן. עס האט זיך גלײך אנגעהויבן פילן, אז עס זײנען געקומען די אמת׳ע ״בעלי־בתים״... די פאליאקן האבן גלײך געװיזן װאם זײ קענען. גראד איז בײ אײן ײד געשטארבן, ל״ע, א קינד׳ האט ער עס געפירט אויפ דעם בית־עולם צו מקבר זײן, די פאליאקן האבן אויף אים געשאםן און דער׳הרג׳עט דעם פערד. נאך א גליק װאס דער ײד איז ארוים א גאג־ צער. אין אנדערע שטעט האבן די פאליאקן באװיזן נאך גרעסערע ״גבורות״ אין בא־ צוג צו ײדן... די פוילישע ארמײ איז געװען גוט אויסגעשטאטעט מיט אלערלײ מינים מא־ דערנע געװער און געװען גוט געקלײדעט. אײן טאג זײנען די פאליאקן געשטאנען אין דראהיטשין, און אין דער קוצרער צײט האבן זײ אויפ־ געכאפט אלע ע ו פ ו ת אין

passage_53bf7456da19a6e4ade9f9aa
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2414-3602

שטאט . אין אװנט זײנען די פאליאקן אװעק קײן יאנאװע . אין שטאט איז פארבליבן א קאמענדאנט מיט פאליצײ צו היטן די ארדענונג . ע ם האט זיך אוי ך געשאפן א פוילישער געריכט . אהרן אשר שפרה׳ם איז געװארן באשטימט אלס דער ״סאל ־ טעם ״ (כמ ו א םטארעסטע) . דאם לעבן אין שטאט האט זיך אנגעהויבן צו נארמאליזירן . די ײדן האבן זיך אנגעהויבן אפבויען , און מען האט געמײנט , אז מיט דעם איז שוין געקומען א סוף צו אלע צרות.. . יז . די באלשעװיקעם טרײבן ארויס די פאליאקן מ׳האט קוים באװיזן אפצוכאפן דעם אטעם און שוין האבן זיך אנגעהויבן נײע צרות . א צװײ חדשים , בסך־הכל , זײנען אריבער זינט די פאליאקן האבן זיך באזעצט אין פינםקער געגנט און שוין לויפן זײ צוריק , געטריבן פון די באלשעװיקעם . די ײדן אין אלע שטעט און שטעטלעך , דורכ ־ ערשטע שורה פון רעכטס : העסקע פעלדמאן , װעלװעל מישאװסקי , מאניע פאדאראװסקי . צװײטע : גדליה ק^פל^ן , שײנקע פעלדמאן , חײם לײב אײזענשטײן , אסתר מישאװסקי . דריטע : לאה .מענדעלסאן , סאניע פיאסעצקי , הערשל שקאלניק און ױסף פעלדמאן . װען זײער ארבעט . אנדערע האבן געהאלפן מיט געלד און אין א קורצער צײט איז אויפגעשטעלט געװארן דער זרו ב פון דער אלטער שוהל . טז .

passage_55cddf9b18e9cc947ed20d3d