Original scan
Original memorial-book scan 79
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1309

א קאפיטל געשיכטע 75 באנדעם באלאכאװצעס פלעגן זיך אפרײסן פון דער פוילישער ארמײ׳ ארײנכאפ ן זיך אין די שטעט און שטעטלאך און אנ ־ מאכן חורבנות. אזוי האבן די באלאכאװצעס דורכגעפירט א מורא׳דיקע שדידה אין קאמין־קאשירסק׳ װו די באנדיטן האבן דער׳הרג׳עט 90 ײדישע נפשות׳ צװישן זיי אויך דעם שוחט׳ װעלכן זיי האבן געקוילעט מיט זײן אייגענם חלף.. . גויזימע אפטיילונגען באלאכאװצעס זײנען אויך געװען אויסגעשטעלט ארום דראהיטשין. בײטאג פלעגן מיר זיי נישט זעען. נאר אין די נעכט פלעגן זיי זיך ארײנכאפ ן אין שטאט או / רױבן און פלינדערן. מיר האבן געלעבט אין אײנע שרעק פאר אונזערע־לעבנס. איז באשלאסן געװארן צו אר ־ גאניזירן א װא ך פון ײדישע ױנגעלײט און ברענען גרויסע פייערן אין די נעכט אין פיר ערטער פון שטאט: לעבן גאס ־ בית־המדרש: אויפן מארק׳ לעבן מעשל אװערבוך; א דריטן בײם בריק און א פערט ן אויפן זאמד. קײן מענטשן ארום די פייערן האבן נישט געפעלט. אלט און ױנג זײנען אפגעזעסן גאנצע נעכט לע ם די פײערן׳ אדער געשפאצירט פון אײן פײער צום צװײטן. פיל ײדן האבן זאגאר אויסגעקליבן דעם זיכער ־ סטן פלאץ צו מאכן זײערע נאכט־געלעגערס ארום די פײערן. דער דאזיקער מיטל האט געװירקט און די באנדיטן האבן זיך נישט געװיזן אין שטאט. כ. די כעלאכאװצעס מאכן א שחיטה אין זאקאזעליע

passage_19a701d005fac37434d97dd6
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1311-2649

אין א געװיסן טאג איז ארויס א קלאנג׳ אז עס זײנען אנגעקומען גרויסע אפטײלונגען פון באלאכאװצעס און האבן זיך באזעצט אין בראנער הויף׳ לעבן דראהיטשין. שטײענדיק אזוי לעבן אליה לײבקע ס הויז׳ זע איך װי א באלאכאװעץ איז צוגעריטן צו דעם הויז. זײן פנים האט געהאט אן אויסזען פון אן אמת׳ן רוצח און ער האט אן אויפהער געפאכעט מיט א קאזאצקער נאהאיקע. נאכ׳ן אפזאמען זיך א האלב שעה אין אליה לײבקע ס הויז׳ איז דער באלאכאװעץ ארויסגעקומען אן אויפגערעגטער׳ האט זיך געזעצט אויף זײן פערד און איז פארשװונדן פון שטאט. די ידיעה פון דעם אנקומען פון דעם באלאכאװעץ׳ װעלכם האט קײן גוטס נישט אנגעזאגט׳ האט זיך בליץ־שנעל פארשפרײט איבערן שטאט און האט אנגעװארפן א שרעק און א מורא אויף אלעמען. מיט אמאל זײנען אלע גאסן געװארן אויסגעלײדיקט פון מענטשן און מען איז ארײן אין די בא־ העלטענישן. שפעטער האט מען זיך דערװוסט׳ אז דער באלאכאװעץ האט װירקלעך געפלאנעװט צו מאכן אין שטאט א שחיטה. נאר׳ ווען דער באלאכאװעץ איז ארײנגעקומען אין אליה לײבקע ס הויז׳ האט זיך דארט׳ װי א נס מן השמים, גראד גע־ פונען דער פוילישער זשאנדאר׳ פינטאקאװםקי (פון דער באװומטער פאמיליע פאליאקן׳ װעלכע האבן געװוינט פון יארן לעבן דראהיטשין). פינטאקאװםקי האט גלײך געפרעגט דעם באלאכאװעץ װאס ער טוט דא אין שטאט. דערהערנדיק׳

passage_0bbc928b4f0dad8e07d6fc0a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2651-3925

א זדיבאלאכאװצע סװילן מאכן א פאגראם אין שטאט׳ האט אים פינטאקאװסקי גלײך דערקלערט׳ אז ער איז דא בא־ שטימט געװארן פון דער פוילישער מאכט אפצוהיטן די זיכערקײט פון שטאט און באפוילן דעם באלאכאװעץ אפצו־ טראגן זיך פון דאנען. דער באלאכאװעץ, װי געזאגט׳ האט געמוזט פארלאזן די שטאט אן ענטוישטער. זעענדיק׳ אז זײ קענען גארנישט אויפטאן אין דראהי־ טשין׳ זײנע ד י באלאכאװצעם׳ נאך די זעלבע נאכט באפאלן דעם הויף זאקאזעליע׳ װו עס האבן זיך געפונען א צענדליק ײדישע פליטים משפחות און האבן דארטן אויסגעמארדעטן 17 ײדישע נפשות. עזר א מישױוער׳ס זון האבן די באנדיטן דערשאסן ליגנדיק א קראנקער אין בעט׳ װי אויך זײן מוטער׳ מצבות פון לאה לעװ און קינדער, שמואל און טײבל (עזר א מישיװער פפאמיליע), און נאך 14 נפשות געשאכטן פון די באלאכאװצעס: ב׳ חשון, תרפ״א, 1921. — די הרוגים ליגן אויף דעם דראהיטשינער בית־עולם. װעלכע האט געװאכט איבער אים. דער טאכטער׳ װעלכע איז אנטלאפן און באהאלטן זיך אויף א בוים׳ האבן די רוצחים איר דערשאסן אויפן בוים. אפטוענדיק די מערדערלעכע שטיקל ארבעט איז דער עשאלאן באלאכאװצעס אפגעפארן װייטער צו פינסק צו. די ײדן פון װאלױועלער דארף האבן נאך די זעלבע נאכט דערװוסט זיך פון דער שתיטה. זײ זײנען גלײך געקומען.

passage_4ed804247e856fd748bb2c71