Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 84
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1029

80 דראהיטשין דער ערשטער באפעל פון דער מאביליזאציע איז אונז באקאנט געווארן פרייטאג ערב שבת חזון, תרע״ה. עס איז שווער איבערצוגעבן דעם רושם פון יענעם שבת, ווען פיל יונגע לייט האבן פלוצלונג באדארפט פארלאזן זייערע פאמי־ ליעס און גיין אין דער מלחמה זונטאג, תשעה־באב, גאנץ פרי, האבן מיר באגלייט, מיט יאמער און געוויין, די אומגליק־ לעכע קרבנות. מ׳איז אלץ געגאנגען, געוויינט, געכליפעט אין דער שטיל, געווישט די אויגן, און נאכדעם זיך געהאלזט, גע־ קושט, גע׳חלש׳ט, און אפגעזעגנט זיך מיט די אומגליקלעכע קרבנות. די יונגע לייט זענען אפגעפארן צום באן, די קרובים זענען אוועק ווי אבלים, און דער גאנצער עולם איז געגאנגען אין בית־המדרש צו זאגן קינות... אין א קו‍רצער צייט נאכדעם, האט זיך פארשפרייט א קלאנג, אז דייטשלאנד איז שוין ארויםגעטראטן און אז זי האט שוין פארנומען קאליש און טשענסטאכאװ. די אנטלא־ זיצן פון רעכטס: דוד עפשטיין, יוסף פעלדמאן, װעלװעל מישאװסקי און מאיר מײעראװיטש אלס גימנאזיסטן פון א רוסישער גימנאזיע

passage_6e8dd4413da013f575853616
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1031-2279

פאענונגען פון פוילן האבן באשטעטיקט דעם קלאנג. די בהלה פון פוילן פארשטארקט זיך. עס קומען אן מיט יעדן טאג נײע פאמיליעס צו זײערע קרובים אין שטעטל, אנדערע פארן אזועק װײטער. די באװעגונג איז גרויס. אונזערע מחות זײ־ נען פארנומען גאר מיט דער מלחמה. מישטײט אויף גאנץ פרי, כדי צוהערן נײס פון די נאר װאס אנגעקומענע מענטשן. מען באמערקט א פורפארט פון באן מיט פאסא־ זשירן, באלד רינגלט מען איר ארום פון אלע זײטן, מ׳פרעגט זיך ארום װאם הערט זיך דארט אין יענע מקומות און נאכ־ דעם װי דער עולם צעגײט זיך קומט מען זיך צונויף אין בית־ המדרש און מען שמועסט װידער װעגן דער פאליטישער לאגע. דערבײ װערן ארויסגעזאגט פארשידענע השערות און םברות װעגן די כונות פון דײטש און זײנע קלוגע המצאות. עס װערן דערצײלט די גרויסע וווונדער פון די דײטשן. אנדערע דער־ צײלן װי די דײטשן זײנען זײער גוט צו די ײדן און אז ער אלײן, טאקע, ״ר׳ װעלװעל״ (װילהעלם), איז גאר א שני בשני מיט ײדן... און דעריבער איז ער מצליח. דאס זעט מען באשײג־ פערלעך, אז װען ״ער״ זאל ניט קומען, װאלט מען שוין ניט געקענט אריבערטראגן... אומעטום, ווו נאר מען באמערקט צװײ שטײען און רעדן, באלד שליסן צו די קרעמער זײערע קראמען, מ׳קלײבט

passage_0372a46f672ab2e1f8df82e5
Passage 3normalized OCR · source chars 2281-2828

זי ך צונוי ף אי ן א רעד ל או ן מ׳רעד ט ארו ם װא ס ד י ״בלאט ״ שרײב ט או ן װא ם דורכפארע ר דערצײלן . או ן א ז ד י בלא ט שרײב ט װעג ן ד י גרויס ע נצחונו ת פו ן ד י רוםן , צװײפל ט דע ר עולם . עט , דא ס .אי ז ני ט ריכטי ק . . . אוי ך א ז ע ם װער ט דער ־ צײל ט פו ן ד י אכזרױ ת פו ן ד י דייטשן , גלויב ט גי ט קײנער . אוי ף א ״ציװיליזירט ן נאראד ״ װ י ד י דײטשן , גלויב ט זי ך ניט . רוסלאנ ד שטײס ט א פ פי ל מא ל דע ם דײטש , מארשיר ט ארײ ן אי ן גאליצי ע או ן אי ן אס ט פרײסן . א ט אזו י גײ ט דור ך דע ר װינטער . ג . ד י מפלו ת פו ן דע ר צארישע ר ארמ ײ

passage_15352b9431551cfd4584879e
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2830-4003

צודי מפלות פון די רוסן האבן מיר זיך באצויגן װי צודי מפלות פון דער רוסישער רעאקציע. װאס מער רוסלאנד װעט לײדן מפלות, אלץ שנעלער װעט קומען דער סוף פון דער רוסישער רעאקציע. דער ערשטער זומער איז געװען ניט קײן גינסטיקער פאר די רוסן. די דײטשן איז געלונגען ארויסצושטײסן זײ פון גאליציע און פון אם פרײסן, און נאכדעם איז אװעק א סדרה פון אפטרעטן. די דײטשן נעמען א קרעפאמט נאך א קרעפאס ט און מארשירן אלץ פאראוים, און די רוסן װײזן ארויס א קלײנעם װידערשטאנד. עס װערט עװאקואירט די באפעלקערונג פון פוילן. טאג־טעגלעך גײען אבאזן מיט הײמלאזע. עס װערן ארויסגעשיקט טויזנטער פא־ מיליעם, דייטשע קאלאניסטן פון כעלעמער און לובלינער גו־ בערניעס. זײ װערן אפגעשיקט מיט פויערשע פורלעך, אנ־ דערע פארן מיט זײערע אײגענע פורן. עס װערן אײנגעארדנט קעסלען, ארויסצוגעבן טײ מיט ברויט פאר די היימלאזע. פיל היימלאזע שטארבן אויפן װעג. דער שטראם פון די הײמלאזע װערט װאם װײטער אלץ שטארקער, װי די פויגלען װאם אנט־ לויפן פאר דעם שטורעם, אזוי אנטלויפט די באפעלקערונג װײטער צו מזרח. עס גײען דורך רײכע גוטבאזיצער, טשי־ נאװניקעס און רוסישע פויערים.

passage_98c35fee5122f1776ef9b06f
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4005-4881

ני טװײניק צרות האב ן די ײדן געהא ט אויסצושטײ ן פו ן די רעאקציאנערן. מיט זייערע פראװאקאציעס האב ן ז ײ אומ־ געבראכט ניט אײן ײד. די רוסישע רעגירונג הא ט פאר־ שפרײט רכילות׳ן, אז די ײדן זײנע ן שולדיק אי ן אירע מפלות; די ײדן זײנע ן יד־אתת מיט די דייטשן. די רוסישע צײטונגען האבן געדרוקט בלבולים און שקרים, אז די ײדן פיר ן ארויס גאלד צום דײטש דורך געשטאפ ט גענז א.א.װ. מיט אזעלכע בלבולים און שקרים אויף די ײדן האב ן די שװארץ־מאדו׳ניקעס געװאלט אפװענדן פון זיך דעם פאלקס־צארן פאר זייערע מפלות. טויזנטער ײדן װערן, אלם שעדלעכער עלעמעגט, ארויס־ געשיקט פון די מלחמה־געביטן. זיי װערן רואינירט און פאלן צו לאסט אויף דער איבעריקער ײדישער באפעלקערונג. כאטש אין דער אמת׳ן האבן די ײדן גענומען א גרויסן אנטײל אין דער מלחמה, ם ײ מיט געלט און ס ײ מיט מענטשן־מאטער־ יאל, לטובת די רוסן!

passage_5c6d2882e1968f52fc6d208e