היםטארישע נאציאנאט 83 אויף א װאגן. אין הויז איז געװען א תהו ובהו, איבערגעקערט מיטן קאפּ אראפ. די פענצטער זײנען געװען גוט פארהאנגען. אלע װײלע פלעג איך ארויסגײן אין דרויסן א קוק טאן צי עס ברענט שוין. פון װײטן איז דער הימל געװען רויט. אלעמאל פלעגט װערן ליכטיק אויף א נײעם ארט, דאס האבן געברענט די ארומיקע דערפער. אט ברענט שוין דער װאק־ זאל און אט ברענט שוין אויך דער הויף לעבן שטאט. װי מיר קוקן זיך ארום, באװײזט זיך א קלײן פײערל פון ערגעץ א פארװארפענ געסל. דער פײער ברענט זיך גאנץ שװאך און ס׳איז גאנץ לײכט צו פארלעשן, נאר אט באװײזט זיך א פײער פון גאס־בית־מדרש. באלד — א צװײטער און א דריטער. דאס פײער װערט װאס װײטער גרעסער, שפרינגט פון אײן דאך צום צװײטן און גיסט זיך צונויף אין א גאנצן ים פון פײער. און אין מיטן, צװישן דעם העלישן פײער, מארשירט די צוריק־אפטדעטנדיקע רוסישע ארמײ, גלײך װי זי װאלט עס אנגעצונדן אלס א פאקל צו זען װי אפצוטרעטן.
דערזעענדיק ׳אז פון אלע זייטן ברענט׳ האבן מיר זיך ארויסגעקליבן פון הויז. דער פערד איז געװען געשפאנט׳ נאר ארויספארן פון הײף איז ^ונמעגלעך צוליב די סאלדאטן׳ װעלכע האבן אין משך פון שעה׳ן נישט אויפגעהערט צו גײן. אײניקע כאפן זיך ארײן אין הויז כדי עפעס צו געפינען אדער בעסן א שטיקל ברויט. אײנער האט זיך אפגעזוכט א לײדיקע בעט און זיך געלײגט שלאפן. מיט גרויס מ י האבן מיר זיך ארויסגעכאפט פון פײער׳ פון הינטער דעם הויז אין גארטן און פון גארטן אויף דעם װיאן. אך׳ װאס איז דאס? דאכט זיך מענטשן שטײען דארט.
יא מענטשן געװיס סאלדאטן קאזאקן און װאס װעט מיט אונדז זיין מיר זײנען דא אלײן, דער גאנצער עולם האט זיך באצײטנס פארקליבן אויף דער צװײטער זײט פון שטאט. די האר שטעלן זיך קאפויר און פארצװײפלטע הײבן מיר אן שרייען: ״יענך ד׳ בױם צרה״. מיר שרײען מיט אונדזערע לעצטע כתות און דער פײער בושעװעט, קנאק ט און טאנצט א שדים טאנץ פון אײן דאך אויף דעם צװײטן. אין א מינוט ארום האבן מיר דערהערט ײדישע קולות, דאס זײנען גע־ װען עטלעכע ײדישע פאמיליעס מיט זײערע װעגענעױ. דאס האט אונז אביסל בארואיקט און דערמוטיקט. עס איז גע־ װען ריכטיק װי אײנער װאס פארבלאנדזשעט אין מדבר און פלוצלונג קומט ער צו צו א ישוב. די גאנצע נאכט האבן מיר אזוי פארבראכט, צוקוקנדיק, װי דער פײער מאכט א ת ל פון אלעס. װען עס איז טאג געװארן, האבן מיר זיך פאר־ קליבן מיט אונדזערע װעגענער צום איבעריקן עולם אויף דעם צװײטן זײט װיאן. דאס שטעטל איז כמעט אינגאנצן פארניכטעט געװארן. פארבליבן זײנען געצײלטע הײזער אויף פינסקער גאס און אין הינטער־געסלאך. די אײגנטױמער האבן באצאלט די משחיתים, זײ זאלן זײערע הײזער ניט ברענען. אויף דער אנדערע זײט שטעטל, אויף דעם װיאן, זײנען געװען אונדזערע אקאפעס, און ביי די אקאפעס, אויף א גאנץ גרויסן פלאץ, זײנען געװען אויסגעשטעלט אונדזערע װעגענער, צו וועלכע עס זײנען גע־
װען צוגעבונדן די בהמות׳ וועלכע האבן זיך נערוועז געדרייט. אינדערפרי האט דאס שטעטל אויסגעזען װי א ״בית־ עולם״. א טויטע שטילקײט האט געהערשט אומעטום׳ ניט א מער קײן אבאזן, ניט א קײן קאזאקן׳ איז דאס שוין געענדיקט׳ די רוסן זײנען שוין אפגעטראטן און די דײטשן קומען אן? — נײן׳ דאס איז נאר געװען א שטילקײט פאר א שטורעם. אמאל שלײכן זיך אדורך׳ שטיל און איינגעבויגן׳ סאלדאטן אין דער ריכטונג צו דער באן ליניע׳ דארט זײנען זײערע אקאפעס. עס איז אריבער פרײטאג ביז האלב ן טאג׳ דער װעטער איז שײן׳ דער עולם זיצט זיך אויפן גראז׳ װער עס דרימעלט׳ װער עס מאכט א פײער צו קאכן עפעס און זוערט עס האלט א סדור אין האנט און זאגט תהלים. ו. דרײ־טאגיקע שלאכט אין שטעטל פלוצלונג האט דער עולם אויפגעהויבן זיך און אנגעהויבן קוקן צום הימל. וואס איז דאס? דאס פליט א דײטשער ערא־ פלאן אויסקוקן די פאזיציע. דער עראפלאן האט זיך ארומ־ געדרייט איבערן שטעטל און איז פארשװונדן געװארן. אין א מינוט ארום איז דער עולם אויפגעציטערט געװארן און זיך געלאזט לויפן צו די אקאפעס. פון אויבן׳ איבער אונדזערע קעפ׳ האבן געסװיסטשעטן און געהודזשעט דײטשע און רו־ םישע םנאראדן. אט הערט זיך א קנאל ערגעץ װײט׳ און אי־ פון רענטסז זעליג הויזמאן׳ בערל רעזניק׳ הערמאן גראסמאן (נױ־יארק)׳ מאטיע יאכנעס׳ פעלרמאן א.א. זומער׳ 1937
בע רדיקע פציט זין א רויך־ליניע׳ שנײט דורך די לופט מיט א יאמערלעכן סװיסטש׳ פליט אװעק װײטער און װערט צעשאט מיט א קנאק אויף שטיקלעך. אונדזערע אקאפעם׳ — זײנען געװען טיפע וגראבנם באדעקט פון אויבן מיט געהילץ און באשאט מיט ערד. די ערשטע װעלכע האבן פארנומען די אקאפעס׳ זײנען געװען די פרויען מיט די קינדער. אין די אקאפע ס איז געװען שרעק־ לעך איינג און דושנע, א םכנת נפשות ממש. מען האט זיך געשטופט און געפילדערט, זך געקריגט און געקעמפט פאר א בעסערן ארט׳ װער ע ם האט געװאלט ארײנכאפ ן מיט זיך א פעקל און װער עס האט ניט פארגעסן מציל זײן מיט זיך א הו ן אויך׳ עס זאל זײן כאטש אויף א פלאד׳ אז מ׳װעט לעבן׳ װעט מען עס דארפן.