Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 89
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1340

היסטארישע נאטיצן 85 און װײנט. דער דײטש נעמט פו ן זײנע, א מאגער און גע׳פגר׳ט פערדל און גיט אים צו דעם ײד — ״נאר דיר, ױדע, א בעסערן פערד״, און די דײטשע באנדע פארט אװעק װײטער. דער ײד שפאנט אײן דאס פערדל און די גאנצע פאמיליע שטופט אונטער דעם װאגן. אמאל טרעפט׳ז אז דער דײטש גיט ניט קײן אנדער פערד, דאן בלײבט שטײן דער װאגן אינמיטן װעג און יעדערער פון דער פאמיליע נעמט אויף זיך װאס ער קען און מיגײט אװעק צופוס, ארויסגײענדיק פון די אקאפעס, האט זיך דער עולם א לאז געטאן צו די פויערישע הײזלעך װאס זײנען פארבליבן גאנץ און זיך באזעצט אין זײ. װאס צו עסן איז ניט געװען, װער ס׳ד״א ט צוגעגרײט, האט געהאט, און װער ניט — האט דײטשן, װען עמיצער האט ארויסגענומען פון דער ערד װאס ער האט פארגראבן, געכאפט האט מען אויך אײנער בײם צװײטן. סיהאבן זיך ארויסגעװיזן די טירישע געפילן פון די מענטשן, װעלכע האבן ביז איצט געטראגן אויף זיך א מאסקע, ביז װאנען סיאיז אײנגעשטעלט געװארן א שטיקל ארדענונג. אין יענער צײט האט די כאליערע, װי א שטענדיקע באגלײטערין פון מלחמות, געפונען א גוטן באדן צו פאר־ שפרײטן זיך. קליינע קינדער, עלטערן פון פאמיליעס, זײ־ נען אומגעקומען אין יענער פינצטערער צײט אן קײן שום הילף. דעם דײטשן דאקטאר איז מער ניט אויסגעקומען צו רעגיסטרירן די קרבנות.

passage_030bfbcd0e369c8db119895a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1342-2144

דײטשן קאנפיטקירן די בהמות און פערד פון דער באפעלקערונג אין דער ערשטער װעלט־מלחמה טאקעה געהונגערט. גליקלעך האט זיך דאן געפילט דער ׳װאס האט געהאט גענוג ברויט. װי ראבינזאן אויפן אינזל אזוי זײ־ נען מיר דאן געװען. מיהאט באדארפט אלץ אלײן שאפן. די פויערים האבן שוין געהאט ארײנגעפירט די תבואה אין די שײערן און מיר האבן געהאט די מעגלעכקײט אנצודרעשן אויף ברויט׳ ביז װאנען די דײטשן׳ װאס זײנען געשטאנען.מיט די אבאזן׳ האבן מיטאמאל ארויסגעשלעפט אלץ װאס ס׳האט זיך געפונען אין די שייערן און אפגעגעבן זײערע פערד׳ דאן האט זיך דער עולװ אװעקגעלאזט אין די נאענטע דערפער׳ אנגע־ דראשן און געבראכט אין שטאט. די צײט איז געװען׳ װי מ׳זאגט ״איש כל הישר בעינױ יעשה״׳ א צײט פון כאפן און לאפן. ס׳ד״אבן געכאפט די

passage_ffb416e03d74eb9376171518
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2146-2842

ױם־טוב־צײט׳ נאכן דאװנען׳ האב ן מיר זיך געמוזט ארויס׳גנב׳ענען הינטן ארום צו קומען אהײם׳ װײל די דײטשן האב ן געכאפט װעמען זיי האב ן געטראפ ן או ן מכבד געװען׳ אויפן ניכטערן מאגן׳ מיט א שײנער שטיקל ארבעט — צו באגר^נן די גע׳פגר׳טע פערד, װעלכע האב ן זיך אומעטום גע־ װאלגערט׳ און נאך אזעלכע ארבעטן. קײן געל ט פאר דע ר ארבע ט האב ן זיי ניט געצאלט און געפאדערט האב ן זיי א ז דע ר /,ױדע״ זאל טאקע ארבעטן פלײסיק. או ן פרװו ט נא ר ענטפער ן א װאר ט און אויס׳טענה׳ן זיך מיט ן דײטש: ״װא ס פאר א מחותן ביזטו צו שלעפן מיך אויף ארבעט? װער האט נא ך דיר געשיקט און װער דארף דיך דאו״ — איז ה ס מלהזכיר. װער װעט װעלן אײנשטעלן זײן לעב ן ן !

passage_d3e3e12b58d21aaaaa35a0da