86 דראהיטשין ח. די ײדישע נאטשאלניקעס אין בין־השמשות, װען עס ווערט נאכט׳ — קומען שטענדיק ארויס די פלעדערמײז און שװעבן אין דער פינצ־ טער. אזוי איז געווען דאן מיט אונז ײדן. עס האבן זיך אפ־ געיאװעט די ײדישע נאטשאלניקעס׳ װעלכע האבן געשװעבט אין דער פינצטער און געפילט זיך גאנץ הײמיש. זײ האבן זיך געװונטשן, אז די נאכט זאל זיך ציען אן א סוף... די ײדישע ארימע באפעלקערונג האט געהאט גענוג אויסצושטײן §ו ן די ״נאטשאלניקעס״, דורך װעלכע די דײטשן האבן געזויגן דאס בלוט פון די ײדן... און נישט אומזיסט ש ר ע ק ט זיך יעדער ײד פיל מער פאר זײנע ײדישע נאטשאלניקעס, װי פאר ניט־ײדישע. און כאפט זיך עמיצער ארויף פון אויבן און נעמט די ממשלה אין האנט, װעט איר פון אים ניט פטור װערן. אט אזוי איז פארגעקומען אין דראהיטשין. װען די באפעלקערונג האט 1 ערשטע שורה פון רעכטס: רחל עפשטײן, הערשענהויז / חנה גרינשטײן, בײלע מילנער, נעמי וואסערמאן. צװײטע רײ: אסתר גאלדבערג, חײטשע אנדרינאװסקי, סלאנימסק / װאלעוועלסקי, יענטל װאסערמאן / שװארץ. דריטע רײ: קאברינסקי, בוי ס א.א.
געפרװוט סראטעסטירן קעגן די, װאס האבן זיך אלײן גענומען די מאכט, האבן זיי זיך באלד איבערצײגט, אז זיי זענעןמאכטלאז קעגן זייערע דריקער, װײל די דײטשע מאכט האט אונטערשטיצט די אלע נידעריקע נפשות, װעלכע האבן איר געבראכט פיל נוצן. אלס אילוסטראציע קען דינען דער פאלגענדע אינצידענט, װעלכן איך האב אלײן בײגעװוינט: געװען איז דאס אין א שבת. דער עולם איז געװען אויפגערעגט, מען האט זיך געקליבן אויף אן אסיפה צו פראטעס־טירן קעגן די, װאס ;האבן זיך גענומען אלײן די הערשאפט, און בעטן דעם קאמענדאנט ער זאל דערלויבן אויסצוקלײבן א בירגערמײסטער. דער עולם האט, װי געװײנלעך, געטענה׳ט, אפגערעדט, און נאכדעם האט מען זיך געשטעלט דאװנען מנחה. דער עולם האט נאך ניט געענדיקט דאװנען, און אין הויז האט זיך באװיזן א דײטשער װאכמײסטער און אויםשרייענדיק אויפן קול: ״װאם איז דאם פאר א פארזאמלונג!״ האט ער גלײך גענומען שלאגן מיטן שטעקן איבער די קעפ. ער האט אפילו ניט געשאנעװעט קײן אלטע לײט, און דער עולם איז אינמיטן דאװנען קוים מיטן לעבן זיך צעלאפן און האט שוין מער ניט געװאגט צו פראטעס־טירן קעגן דעם בירגערמײסטער. מען האט געליטן און געשװיגן. ט. די אײזערנע מאכט פון די דײטשן די דײטשן האבן געשאפן אן ארדנונג. סיזײנען אװעקגע־
זעץ א געװארן אין דעם גאנצן אקופירט ן געביט קאמענדאנטן . די באפעלקערונג איז אונטערװארפן געװארן אונטער דער הערשאפט פון די קאמענדאנטן . די אקופאציע איז צע־ טײלט געװארן אויף באזונדערע באצירקן . יעדע ר קאמענ־ דאנ ט האט געטאן װאס ער האט געװאלט . איז ער געװען א גוטער מענטש , האט ער באהאנדלט זײנע אונטערטאנען װי א מענטש , איז ער אבער געװען א טיראן , האט ער זיך בא־ גאנגע ן טיראניש און קײנער האט אים ניט געקענט אנקלאגן . דער געגנ ט װאס האט זיך געפונען נאענט פון דער פאזיציע , האט געהײסן ״פאזיציאנ ם געביט ״ און די קאמענ־ דאנטן פון פאזיציאנס געביט האבן באקומען א ן אונבאגרע־ נעצטע מאכט איבער דער צױוילער באפעלקערונג . ז ײ האבן געקענט באנוצן די מענטשן צו יעדע ר ארבעט , אן שום בא־ לוינונג . דערפאר האט דער קאמענדאנט געזארגט , אז די בא־ פעלקערונג זאל ניט הונגערן און זאל האבן לעבנסמיטלען , עפעס לײכטער איז געװען אין דעם עטאפ־געביט, וואס איז געװען װײטער פון פראנט ,
די באזארגונג איז געווען ניט אומעטום גלייך, נאר לויט דעם איינזען פון קאמענדאנט. און אז דער קאמענדאנט איז געווען א גוטער, האט זיך דער באפעלקערונג געלעבט ניט שלעכט, איז ער געווען א שלעכטער, האט ער אלעס צוגענומען און אויסגעטיילט צום לעבן לויט דעם דײטשן םיסטעם. און האט עמיצער געהאט א פוד קארן פון דער זײט׳ האט ער געמוזט גוט פארבאהאלטן. די דיםציפלין פון פאזי־ ציאנס געביט איז געווען פיל שטרײנגע ר װי אין עטאפ־גע־ ביט. װי נאר ם׳איז פינצטער געווארן, האט זיך יעדער מענטש געמוזט געפינען אין הויז. דאס פײער האט געמוזט אויסגע־ לאשן ווערן צו דער באשטימטער צײט. די באװעגונג פון אײן באצירק אין צװײטן, איז געווען מעגלעך נאר מיט א ״שײן״, דערצו מיט א מיליטערישן באגלײטער, האט עמיצער באדארפט פארן אין שטאט עפעס קויפן, האט מען זיך בא־ דארפט װענדן צום קאמענדאנט נאכן א רייזע־שײן, דערצו האט מען באדארפט פארשטעלן די אורזאכן נאכן װאס מ׳דארף פארן, װי למשל, פארן צו א דאקטאר, קויפן שיך׳ זאכן א.א.װ. ווען דער קאמענדאנט איז געווען אין א גוטער שטימונג, האט ער געגעבן די דערלויבעניש און דערצו א סאלדאט פש־• א באגלײטער (די דערלויבעניש איז געווען אממײנםט ן נאר