Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 91
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-672

היםטאריש ע נאטיצ ן 87 אוי ף אײ ן טאג) . אי ז דע ר קאמענדאג ט געװע ז אי ן א שלעכטע ר שטימונג , הא ט ע ר געמאכ ט שװעריקײטן . ע ס אי ז געװע ן גענוג ׳ א ז אײנע ר זא ל פארזינדיק ן או ן דע ר גאנצע ר דאר ף אדע ר שטעט ל אי ז געװאר ן פדרשלאס ן אוי ף א חוד ש צײ ט ני ט צ ו באקומע ן קײ ן ״שײ ך אווי ף ארויסצופארן . הא ט עמיצע ר גע ־ װאל ט פאר ן פו ן פאזיציאנס־געבי ט אי ן עטאפ־געביט , הא ט ע ר געמוז ט פריע ר אנגעב ן א ביט ע צ ו דע ר עטאפ־אינספעקציע , װא ס הא ט געדויער ט פי ל צײט . אי ן דע ר לעצטע ר צײ ט ,אי ז געװאר ן נא ך שטרײנגער . צ ו באקומע ן א רײזע־שײן , א גאנ ץ געװײנלעכע , אי ן דע ם זעלב ן געביט , הא ט מע ן באדארפ ט האב ן א באזונדע ר דערלויבני ש פו ן דע ר העכערע ר מאכט .

passage_df339a52858b6568bfe205bf
Passage 2normalized OCR · source chars 674-1702

װע ן ס׳הא ט זי ך געטראפ ן א צופא ל או ן א מענט ש אי ז קראנ ק געװארן , הא ט ע ר געקענ ט פו ן דע ר װעל ט גײ ן בי ז װא ־ נע ן ע ר הא ט ד י דערלויבעני ש באקומען . יעדע ר מוש ל הא ט שטאר ק אכטונ ג געגעבן ׳ א ז פו ן זײ ן בעציר ק זא ל גארני ט ארויסגעפיר ט װערן . אבער , דאקעגן ׳ אי ז ע ר געװע ן צו ־ פרידן , װע ן מ׳הא ט ארײנגעפיר ט פו ן א פרעמד ן באציר ק אי ן זײ ן באציר ק כאט ש קעג ן דע ם געזעץ . כאט ש ד י דיסציפלי ן אי ן פאזיציאנס־געבי ט אי ז געװע ן אונערטרעגלעך , דא ך האב ן פי ל ײד ן געלעב ט גאנ ץ גוט , או ן דא ס הא ט מע ן געהא ט צ ו פאר ־ דאנקע ן ד י פוטע ר או ן אײער , קעג ן װעלכ ע דע ר שטרײנגסטע ר דײט ש אי ז ני ט בײגעשטאנען . פא ר פוטע ר או ן אײע ר הא ט אי ר לײכ ט באקומע ן א רייזע־שײן , געקענ ט מאכ ן שװינדל , ארויספיר ן פו ן אײ ן בעציר ק אי ן צװײטן , זײ ן באפרײ ט פו ן דע ר ארבעט , אזװ . ביסלעכװײ ז הא ט זי ך דע ר דײט ש צוגעוװינ ט צ ו נעמע ן ד י מטב ע אויך , או ן ד י אײזערנ ע מאכ ט פו ן ד י דײטש ן אי ז מאכטלא ז געװאר ן קעג ן דא ס לעבן , װא ס הא ט צעשטער ט אל ע אײזערנ ע װענ ט אוי ף זײ ן װעג . י ♦ ד י טיפו ס עפידעמי ע

passage_33f1563904e314b335c887f7
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1704-2656

נאָך יום־טוב, 1915, האב איך מיט מײן ברודער דוד און שװעסטער טויבע און נאך ײדן אויסגעװאנדערט פון שטאט אין דארף הארבאכע. מײן פרוי און טאכטער האב איך דערװײל געלאזט אין שטאט. צום אומגליק האט זיך באלד פארשפרײט די טיפום־עפידעמיע און דראהיטשין איז פארשלאסן געװארן, ניט ארײן און ניט ארויס. פון צײט צו צײט פלעגט דערגײן צו אונדז טרויעריקע בשורות: דער איז געשטארבן און דער האלט בײם שטארבן... איך בין דאן געװארן אפגעריסן פון מײן פאמיליע, װעמענס שיקזאל האט מיר נישט געלאזט רוען. דערצו האט זי נישט געהאט קײן מיטלען צום לעבן. איך האב אנגעהויבן צו טאן אױף אריבערצוברענגן מײן פאמי־ ליע. אנפאנגס האט דער קאמענדאנט מיר אנטזאגט, ער האט געזאגט אז דאס איז אוממעגלעך, נאר אין א צײט ארום איז מיר געלונגען צו באקומען, צוזאמען מיט נאך אײניקע לײט, א דערלויבעניש צו פארן קײן דראהיטשין און אריבער־ צוברענגן מײן פרוי און קינד אין דארף.

passage_5a56e1703edd62af6269e5c2
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2658-4004

מײן פרײד איז געװען גאר ניט צובאשרײבן. אט, האב איך שױן געהאפט, װעל איך שױן ארויסראטעװען מײן פא־ מיליע פון אזא פײער װי די עפידעמיע און אויך פון הונגער און נויט. מיר זײנען ארויסגעפארן מיט צװײ װאגנס. אן אונ־ טער אפיציר האט געריטן אויף זײן פערד און א סאלדאט איז געזעסן אויפן װאגן. די װעג איז געװען ניט קײן גוטע, די גאנצע נאכט איז געגאנגען א רעגן, נאר אין דער פרי איז געװארן לויטער, די זון איז אויפגעגאנגען אויפן האריזאנט און דער װעטער איז געװען א גאנץ גוטער. די פערד, גע־ פון לינקס: גדלי ה קאפלא ן (אלס מיליציאנט, סאניטא ר אין 1918) און יעקב אײנבינדער. שפאנט צו צװײ אין א װאגן׳ זײנען געלאפן געשװינט ♦ דעד ;״ונטער אפיציר, א גוטמוטיקער און א פינקטלעכער דײטש, האט געריטן אויף זײן פערד און געזונגען א דײטשע פאט־ ריאטיש־לידל. אין דער הויך, אויפן קלארן הימל׳ האט געשװעבט און געזשומעט אן עראפלאן אין דער ריכ־ טונג פון דער אײזנבאן. — דאס איז א רוסישער עראפלאן — האט אונדז דער אונטער אפיציר דערקלערט. אין א פאר שטונדן זײנען מיר שױן געװען בײם ארײנפא ר פון שטעטל. די ערשטע, װעלכע האבן אונדז באגעגנט, זײנען געװען די פאטרולן, װעלכע האבן געשפאצירט מיט די ביקסן אויף די אקםלע ן און געקוקט אויף אונדז מיט בײזע בליקן, װי זײ װאלטן געזאגט: װער דארף אײך דא, ײדן?

passage_0b4fe78a85d53ef4da7872df
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4006-4788

באגריסנדיק זיך מיט די פאטרולן, האט אונדזער בא־ גלייטער זיך נאכגעפרעגט אויפן קאמענדאנטור און אפ־ שטעלנדיק אונדזערע װאגנס, איז ער ארײן אין קאמענדאנטור זיך מעלדן. דארט האט אים דער שרײבער גלײך דער־ קלערט, אז עס איז פארבאטן דער ארײנפאור און דאס גלײכן דער ארויספאור פון דראהיטשין. דער אונטער־אפיציר, געבנדיק א באפעל צום סאלדאט, אז די װאגנס זאלן דא בלײבן שטײן און ער זאל אכטונג געבן אויף אונדז מיר זאלן אין שטאט ניט גײן, איז אלײן אװעק אין שטאט אײנקויפן װאס ער דארף. ער האט געקענט גײן אין שטאט. אויפן גאס האט מען ניט געזען קײן ײד פון שטעטל, נאר א שװעסטער מיט א רויטן קרײץ איז שנעל פארבײגעגאנגען, ניט אפשטעלנדיק זיך פאר אונדז. בײ דער קאמענדאנטור האט שפאצירט אן אבער־

passage_016d3724789fbc194d98d748