Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 99
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1283

היםטאריש ע נאטיצו 95 זײנען די באלשעװיקעם ארײן קי ץ דראהיטשין. אל ע זײנען ארוים פון זײערע באהעלטענישן און האבן געקוקט אויף די באלשעװיקעם ווי אויף רעטער. אמת, מיר האבן געװוסט ׳ װאם עם דערװארט אונד ז אונטער דעם באלשזעװיםטישן רעזשים. קודם־כל איז איבערגעריסן געװארן די פארבינדונג צװישן אונדז און אונזערע קרובים אין אמעריקע. אבער די טויט־ שרעק, װאם מיר האבן איבערגעלעבט אונטער דער פוילישער טעראר־׳מאכט האט, נאטירלעך, ארויםגערופ ן א שטיקל פרײד װאם מען איז פון די פאליאקן לײז געװארן, ניט איבערקלע־ רענדיק, װאם װעט זײן נאכדעם.. . דאם װײזט װי אומפײאי ק די פאליאקן זײנען געװען צו רעגירן מיט מענטשן. ז ײ האבן זײערע אײגענע בירגער געטריבן צו פארצװײפלונג. די פאליאקן האבן אלײן געשאפן די םיבה, אז מען זאל זײ האסן און האבן דעם װונטש צו פטור װערן פון זײ. די עקאנאמישע לאגע איז טאקע באלד ערגער געװארן. אמעריקע איז געװארן פארשלאסן פאר אונדז. קײן שפײז האט ומען ניט ארײנגעפירט. די װאם האבן געהאט שפײז האבן פארבאהאלטן, מחמת די באלשעװיקעם פלעגן קאנפיםקירן. אבער דאם לעבן איז געװען זיכער. די דיםציפלין אין דער ארמײ איז געװען א שטארקע און א םאלדאט האט גיט געװאג ט ארײנצוקומען אין א הויז צו נעמען עפעס מיט גװאלד אדער באלײדיקן עמיצן.

passage_7a3211d7bb51425572705e92
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1285-2297

אינטערעמאנ ט איז דער פאלגנדיקער פאל: אײגמאל איז אין דעם הויז װו איך האב געװוינט ארײנגעקומען א ײדי־ שער מיליציאנ ט מיט א םאלדאט. די באלעבאמטע פון דעם הויז האט געבאקן ברויט צום פארקויפן. דער םאלדא ט (א באל־ שעװיק) האט פארלאנגט ברויט. אבער די בעקערין האט אי ט געזאגט, אז זי באק ט ניט מער קײן ברויט, װײל זי האט ניט קײן מעל. איז דער םאלדאט מיטן מיליציאנ ט צוגעגאנגע ן צו ם אויוון און אויסגעפונען, אז ע ם האט זיך י א געבאק ן א גע־ בעץ ברויט. דער געבעק־ברויט איז װירקלע ך געװע ן מײגער. איך האב זײ דאם דערקלערט. אבער, ע ם האט ניט געהאלפן, — זײ האבן געדארפ ט האב ן ברויט פאר נײ־געקומענע םאל־ דאטן. זײ װעלן מיר געב ן א צעטל אוי ף מעל. דער ײז־ישער מיליציאג ט הײםט דעם םאלז־אט, ער זאל מיר איבערלאז ן אײן לעבל ברויט. אבער, דער םאלדאט, א גיט־ײד, האט געהא ט מער אײנזעעגי ש און האט מיר איבערגעלאזן 2 לעבלעך ברויט און ארויסגעגעב ן א צעטל אוי ף מעל. איך האב טאקע אי ן א פאר טעג ארו ם געקראג ן א פאר פו ד מעל.

passage_e331a65d033d8144e76cbfcf
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2299-3643

די צײט, װען די באלשעװיקעס זײנען אנגעקומען, איז געװען סוף זומער, די ארמײ, װעלכע איז באשטאנען פ־ן פעכאטע, קאװאלעריע און ארטילעריע, האט זיך געצויגן אן אויפהער. שנעל זײנען די באלשעװיקעס ארײעעדרוגגען אין פוילן און עס האט אויסגעװיזן, אז זײ װעלן פארנעמען גאנץ פוילן. אבער, װען זײ זײנען שוין געשטאנען לעבן װארשע האבן זײ געליטן א מפלה און זײנען געװארן געצװונ־ געɴ צו פארלאזן פוילן. פאר די דראהיטשינער ײדן האט זיך װידער אנגעהויבן א צײט פון זײער שווערע איבערלעבונגען. נאך א קוצרער שלאכט, אין װעלכער די קוילן זײנען געפלויגן איבער די קעפ פון די אײנװוינער, האבן זיך די באל־ שעװיקעס צוריקגעצויגן און די פאליאקן האבן װידער פאר־ נומען דראהיטשין. דאס אפטרעטן פון די באלשעװיקעס איז צוגעגאנגען רואיק. די פוילישע ארמײ האט זיך דאס מאל נישט אפגעשטעלט אין דראהיטשין. זי האט נאר איבערגע־ לאזט א פאטרול צו היטן די אײזנבאן־ליניע. די רציחות פץ די כאלאכאװצעס דראהיטשין איז געבליבן אן װעלכער עס איז שמירה. די פאליאקן האבן דאן צוגעקראגן א פארבינדעט צו קעמפן קעגן די באלשעװיקעס — דעם װײס־גװארדײער, בולאק באלאכאװיטש מיט זײנע באנדעם. װי בלוטיקע הינט, געפירט אויף קײטן דורך זײערע בעלי־בתים, די פאליאקן, פלעגן די באלאכאװצעם זיך אפרײסן פון די קײטן און מיט א שרעק־ לעכע אכזרױת מארדן ײדן.

passage_0f80dc63f6061e90a624d16f
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3645-4666

אויף דעם װאקזאל, לעבן דראהיטשין, איז געשטאנען אן אפטײלונג באלאכאװצעס. עס איז דעריבער געװען א גע־ פאר, אז די בלוטיקע הינטן זאלן זיך ניט פלוצלונג אראפלאזן אין שטאט, װעלכע איז געװען, װי געזאגט, אן שוץ. מען האט באצאלט דעם פוילישן פאטרול, װאס האט געהיט די אײזן־ באן־ליניע, ער זאל באװאכן די שטאט. אין די נעכט זײנען חנוכה פײערונג פון שײנקעס פעלדמאנ׳ס קלאס. חנה גרינשטײן, אסתר גאלדבערג א.א. מיר געװען װאך און זיך ארומגעקוקט פון אלע זײטן, צי זײ קומען שוין ניט אן. אין א נאכט האבן זיך די באלאכאװצעס ארײנגעריסן אין דעם הויף זאקאזעליע, לעבן דראהיטשין, און דארט אויסגעקוילעט 17 ײדישע נפשות. מיר האבן גע־ לעבט אין גרויסער טויט־שרעק, ביז ם׳האבן זיך אנגעהויבן די שלום־אונטערהאנדלונגען צװישן די פאליאקן און די באל־ שעװיקעם. עס איז געקומען א סוף צו דער מלחמה און אין דראהיטשין איז אײנגעשטעלט געװארן א צױוילע אדמי־ ניםטראציע און א שטיקל ארדענונג. נא ך דעם שלום־אפמאך האט די רוםישע רעגירונג גע־

passage_ba78666311ca5e97c2d15e2b