Person · industrialist
Israel Poznanski
ישראל קלמנס (קאַלמאַנאָװיטש אין רוסישן נוסח) פּאָזנאַנסקי
A major Lodz manufacturer who built workers’ family housing and supported Jewish charities.
Page 24HIGH confidence
Learn more with AI
Read more about Israel Poznanski than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 28 · printed page 24
פּאָזנאַנסקי איז נישט געבליבן בלויז אין דער ראַם פון
פאַבריקאַציע, מיט װאָס לאָרזש האָט זיך קונה שם געווען אויף
עולמות. פּאַזנאַנסקי איז געווען אַן ערשטער צווישן לאָדזשער
גרויסע פאַבריקאַנטן, װאָס האָבן אויפנעבויט ריזיקע פאַמי-
ליע-הייזער, װוּ עס זענען באַזעצט געװאָרן טויזנטער משפּחות
פון זיינע אַרבעטערס. אז א סך קריסטלעכע אַרבעטער האָבן
זיך באַזעצט אין שכנות פון די פאַבריק-קאָרפּוסן;: די וועבע-
רייען; שפּינערײיען; פאַרבערייען, האָט פּאָזנאַנסקי זיי פאַר-
זאָרגט אויך מיט אַ קאָשטשיאָל. צװישן די פאַמיליע-הייזער
אַנטקעגן די פאַבריקן שטאַרצט מיט אַ הויכן צלם-טורעם די
רויטע מויער פונעם קאָשטשיאָל, װאָס טראָגט דעם נאָמען
פונעם באַלעבאָס: ישראל קלמנס (קאַלמאַנאָװיטש אין רוסישן
נוסח) פּאָזנאַנסקי, און דאָך איז ישראל פּאָזנאַנסקי בחייו
געבליבן אַ ייד מיט אַ התנהנות פון זיין פּשוטן טאַטן. ער
האָט נישט פאַרפעלט קיין דאַוונען, גענעבן צדקה, געזאָרגט
זיך פאַר קראַנקע און אָרעמע יידן. ער האָט טאַקע, מעשה
פּיאָנער, אויפנעבויט אין ,סטאַראַ וויעש", טיף אין דער ענגער
װאָלבאַרסקע גאָס, ביי אלטשטאָט, אַ שיינע, געצירטע גע-
מויערטע שול, אין וועלכער ער אליין פלענט דאַװנען. ארום
דער אַלטשטעטישער שול האָט זיך קאָנצענטרירט געדיכט
יידיש לעבן מיט קצבים, עופות-הענדלער, פיש-הענדלער,
פרוכט-הענדלער, װוּהין יידן זענען געקומען איינקויפן אויף
שבת.Connected nodes