Person · German soldier
German soldier
װאָלינער דייטש
A German soldier struck the narrator and tried to enter the home.
Page 148MEDIUM confidence
Learn more with AI
Read more about German soldier than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
Source OCR · scan 152 · printed page 148
... ונג. די פרוי האָט מיך געהייסן פארשליסן
די טיר און נישט אויפעפענען פאר קיינעם --- ביז זי װעט מיר
געבן א צייכן, אַז דאָס איז זי. זי קומט צוריק בערך אין אַ האַלבע
שעה. איך האָב געװונסט וויפל? שרעק די פרוי האָט איבערגעלעבט
אין איר פריערדיקער געגנט אויף ראַקאָטשינסקע גאַס, ביי שייב-
לערן. איך האָב זי פאַרשטאַנען און דעריבער באַרואיקט און
צוגעזאָגט זיך אויפפירן גענוי װי זי פאַרלאַנגט עס. עס האָט
געדויערט נישט מער וי א מינוט 19 -- און די פרוי קלאַפּט
אין דער טיר: געניע, שנעל! איך האָב אויפגעמאַכט די טיר
און דערזען די בלאַסע דערשראָקענע פרוי. זי זאָגט צו מיר :
דייטשן זענען ביי אייך אין שטוב, מען שלאָגט זיך דאָרט. איך
האָב מיך אַראָפּנעגליטשט מיט די פּאָרענטשן פון צווייטן שטאָק,
און ארויס אין טויער. נעבן מיר שטייט אַ װאָלינער דייטש.
דער װאָלינער דייטש האָט געװאָלט אריין צו אונדז אין שטוב.
דערזעענדיק מיך אָנקומען פון דער צווייטער זייט -- אין ער
צוגעקומען און דערלאַנגט מיר א זעץ אין פּנים, אז איך בין
געפאַלן צום צווייטן זייט מויער, נאָנט פון טויער מיט אַנדער-
האַלבן אױיסגעהאַקטע ציין, דער קאָפּ צעבלוטיקט, די הענט און
פיס צעקלאַפּט. דער דייטש איז ארויס אויף דער גאָס, איך האָב
דערזען א לאַסט-אױיטאָ און א שאָפער. מיט די לעצטע כוחות
האָב איך זיך אויפנגעשטעלט און פאַרינלט דעם טויער. דער
דייטש איז צוריקגעקומען און זעצט אין טויער, מיין שוועסטער
בעלאַ איז ארויסגעקומען. דערזעענדיק, וי פון מיר רינט בלוט,
איז זי צוריק אריין אין שטוב, געכאַפּט א מעסער, איז צו צום
טויער אוֹן געװאָלט אים אויפמאַכן. נאָר איך האָב איר געגעבן
א צייכן מיטן האַנט אויף ניין.Connected nodes