Kehilot/Łódź
Library
Person

Bela

בעלא

The narrator’s sister who confronted a German soldier.

Page 148HIGH confidence
Learn more with AI

Read more about Bela than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.

Learn more about “Bela
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
2
Primary source passage
Source OCR · scan 152 · printed page 148
Open exact passage
... לאַסט-אױטאָ האָט זיך געשטעלט ביי אונדזער טויער -- זאַװישע 29 -- מיט 2 דייטשן, ציווי? אָנגעטאָן. איינער איז געבליבן זיצן אין אױיטאָ. דער צוייטער האָט געכאַפּט יידן אויף אַרבעט. דאַן איז ער אריין אין אונדזער הויז, צו א שכנה. אין בעט איז געלעגן איר זון, א שווער לונגען קראַנקער זייט יאָרן. דער דייטש האָט אים באַפּױלן שנעל זיך אָנטאָן, און גיין אויף ארבעט, עס האָט נישט געהאָלפן דער מוטערס אוים- קלערונג, אז ער איז קראַנק, און לינט שוין אזוי עטלעכע יאָר. דער דייטש האָט מערדערלעך צעשלאָגן דעם קראַנקן און אויך דער מוטער. מיינע עלטערן האָבן דערהערט די געשרייען. זענען זיי ארויסגעקומען כדי צו זען, װאָס עס האָט פּאַסירט, האָט דער דייטש אויך זיי גענומען שלאָגן. אַז די געװאַלדן האָבן זיך נישט איינגעשטילט, אין מיין שוועסטער בעלא אויך ארויסגעקומען. דערזעענדיק דעם פאָטער א צעבלוטיקטן, האָט זי צוגעמאַכט די קאָרידאָר טיר, און גענומען שלאָנן דעם װאָלינער דייטש מיט אַלע כוחות.
Source passage 2
Source OCR · scan 152 · printed page 148
Open exact passage
... ע פרוי. זי זאָגט צו מיר : דייטשן זענען ביי אייך אין שטוב, מען שלאָגט זיך דאָרט. איך האָב מיך אַראָפּנעגליטשט מיט די פּאָרענטשן פון צווייטן שטאָק, און ארויס אין טויער. נעבן מיר שטייט אַ װאָלינער דייטש. דער װאָלינער דייטש האָט געװאָלט אריין צו אונדז אין שטוב. דערזעענדיק מיך אָנקומען פון דער צווייטער זייט -- אין ער צוגעקומען און דערלאַנגט מיר א זעץ אין פּנים, אז איך בין געפאַלן צום צווייטן זייט מויער, נאָנט פון טויער מיט אַנדער- האַלבן אױיסגעהאַקטע ציין, דער קאָפּ צעבלוטיקט, די הענט און פיס צעקלאַפּט. דער דייטש איז ארויס אויף דער גאָס, איך האָב דערזען א לאַסט-אױיטאָ און א שאָפער. מיט די לעצטע כוחות האָב איך זיך אויפנגעשטעלט און פאַרינלט דעם טויער. דער דייטש איז צוריקגעקומען און זעצט אין טויער, מיין שוועסטער בעלאַ איז ארויסגעקומען. דערזעענדיק, וי פון מיר רינט בלוט, איז זי צוריק אריין אין שטוב, געכאַפּט א מעסער, איז צו צום טויער אוֹן געװאָלט אים אויפמאַכן. נאָר איך האָב איר געגעבן א צייכן מיטן האַנט אויף ניין.
Connected nodes