Original scan
Original memorial-book scan 105
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1099

יי ד יש ל אַ ד ו שׁ ו10 צוליב אָט די רייבוננען, האָבן דאָס נעטאָ באַזוכט, אין פארשידענע צייטאָפּשניטן --- 11 קאָמיסיעס, וועלכע האָבן צונעשטעלט באַריכטן צו זייערע אַמטן. צּ | אָנהויב יוני ווערן ארעסטירט די ראדיאָיהערער, וועלכע האָבן אין משך פון 4 יאר אינפאָרמירט דאָס געטאָ וועגן די וועלט-געשעענישן. ראַדיאָדהערן איז געווען פאַרבאָטן, א יידי- שער מסור האָט אָנגעוויזן,. די ראַדיאָ הערער צוזאַמען מיט די אַפּאַראַטן זענען אַנטדעקט געװאָרן, די דאַדיאָזידיעות האָבן געהויבן די מאָראַל פון די געטאָ- יידן, און געוועקט אין זיי בטחון. אין אלע געטאָ-טאָג ביכער פארנעמט די פראַנט-כראָניק אן אָנגעזעען אָרט. דער נצחון פון די אליאירטע איז געווען די מאָס, װאָס האָט געדאַרפט באַ- שטימען --- װוי לאַנג נאָך װועט מען דארפן ליירן. די ראַדיאָ-הערער זענען פאַרפּייניקט געװאָרן דורך דער געשטאַפּאָ. איינעם, חיים װוידאַווסקי, א ציוניסטישן טוער אין זיך געלוננען אויסצובאַהאַלטן א געוויסע צייט. אָבער פאר- פאָלנט פון דער געטאָ-פּאָליצײי --- וועלכע האָט אויך שיקאַ- נירט זיינע פריינד און משפּחה -- האָט ער באַשלאָסן צו בא- גיין זעלבסטמאָרד, דורך אייננעמען ציאַנקאַלי, דעם דאָזיקן סם האָבן זיינע פריינד אים פאַרשאַפט.

passage_6ed9d0f79696aa49efa6f259
Passage 2normalized OCR · source chars 1101-2205

דעם 22 יוני 1944 האָבן זיך ווידער אָנגעהויבן דעפּאָר- טאַציעס פון געטאָ. דאָס מאָל -- ספיטן אויסרייד, אן מען דאַרף אויפצורוימען אין די דייטשע שטעט, נאָך די ענגלישע באָמבאַרדירונגען. לויטן פּלאַן האָבן 3.000 יידן א ואָך גע- דארפט פארלאָזן דאָס געטאָ. מאָנטיק, מיטװאָך און פרייטיק -- צו 1,000 פּערזאָן,. דאָס אױיסראָטונגס-לאַגער אין דאָרף כעלמנאָ איז ווידער באַנייט געװאָרן, פון 23 יוני ביזן 14 יולי 1944, זענען 7.176 יידן אומגעבראכט געװאָרן אין בעלמנאָ. כדי איינצופירן דעזאָרנאניזאציע אין נעטאָ -- וערט די געטאָ-אַדמיניסטראציע אויפגעלייזט. די , טאַגעסכראַניק" הערט אויף צו דערשיינען דעם 80 יולי 1944. אויגוסט איזן דער חודש פון דער נעטאַָ-ליקווידאציע. צו דער צייט לעבן אין נעטאָ 08.018 יידן. אַצינד מון שוין די גאַנצע געטאָדבאַפעלקערונג ווערן אָפּטראַנספּאָרטירט, צוליב דער נאענטקייט פון פראָנט. די אַקציע הייסט ;: מען עװאַקואירט דאָס געטאָ. דעם 8 אויגוסט 1944 זענען אין געטאָ אריין , געשטאַפּאָ? און , שופּאַ" אָנצופירן מיט דער עװאַקואַציע. אָבער יידן לאָזן זיך נישט. זיי שלעפּן אֶפּ. זיי שטעלן זיך נישט צו דאָרט װג מען הייסט זיי. ביזן 19 אױינוסט זענען ארויסגעשיקט געװאָרן פון געטאָ ארום 8,000 מענטשן,

passage_38492f429114de9944fd5d26
Passage 3normalized OCR · source chars 2207-3192

די דייטשן באַמיען זיך, אז די דעפּאָרטאַציע זאָל אויס- זען װי אן עװאַקואַציע. דעריבער וװערן די ארבעטער עװואַקואירט צוזאמען מיט די מאַשינען, און קענען אויך מיט- נעמען די פאמיליעס. רוקמאָווסקיס הערשאַפּט ענדיקט זיך מיט דער באַקאַנטמאַכונג פון 22 אוינוסט 1944. מער קיין באַקאַנטמאַכונגען מיט זיין אונטערשריפט זענען נישט געווען. אין משך פון איבער 4 יאָר האָבן די באַקאַנט- מאַכוננען דערנרייכט די צאָל פון 430. די לעצטע גרופּע, װאָס האָט זיך באַמיט אָפּצושלעפּן די עװאַקואַציע, און האָט געהאַָט נוטע פארבינדונגען מיט ביבאָוון --- איז באַשטאַנען פון געוועזענע נעטאָ-מאַכערס, אָנגעשטעלטע אויף הויכע פּאָסטנס, די נרופּע האָט געוווינט אין שפּיטאָל-בנין אויף לאַנעו- ניצקע 80. זיי זענען נגעװאָרן ארויסגעשיקט 7 װאָכן נאָך דער ליקווידאציע פון נעטאָ -- דעם 20 אָקטאָבער, אין געטאַ איז בלויז פארבליבן א יידישע , אויפרוימוננס- קאָמאַנדאָ? פון 887 מענטשן. זיי האָט מען איינגעקװאַרטירט אויף יאַקובאַ 16. די דאָזיקע 887 יידן -- דאָס זענען נגעווען די איבערנע- בליבענע, לעבננעבליבענע לאָדזשער יידן. צ

passage_7a987149b3fce314608a102d
Passage 4normalized OCR · source chars 3194-4252

די יידישע פּאַליצײי אין געווען איינגעטיילט אין צויי טיילן; ארדנונגסידינסט (א.ד.) און ספּעציעל-פּאָליציי (זאָנ- דער). זיי האָבן צוגעטראָגן זייער חלק אין העלפן די דייטשן אין דער אױיסראָטונגס-אַרבעט. פירער פון דער פּאַליציי אין געווען לעאָן ראַזענבלאט. פון די גזאָנדער" צוערשט דוד גערטלער און נאָך זיין פארשווינדן פון נעטאָ -- פרדכי קלינער. עס איז שווער צו פארשטיין, וי אזוי יידן, וועלכע זענען אליין געווען שקלאפן, זאָלן מיט אזא אכזירות און הפקר אויסנוצן זייער מאַכט און פּייניקן און פאַרפאָלנן זייערע ברידער, די געטאָ-פּאָליציי, וועלכע איז לכתחילה געשאַפן געװאָרן אָפּצוהיטן רו און אָרדנונג אין נעטאָ; אַכטונג געבן, אז די פאראַרדענונגען פון ,יודענעלטעסטען? רומקאָווסקי זאָלן אויסגעפירט ווערן -- האָבן מיט אייפער זיך געשטעלט אין דינסט פון דער , געשטאַפּאָ? און ,קריפּאָ? און זיי זענען אייגנטלעך געווען דער הויפּט- אינסטרומענט ביים דורכפירן די דעפּאַרטאַציעס, ויי? די דייטשע אקופּאַציע-מאַכט האָט נישט געהאט גענוג זייערע אייגענע מענטשן פאר אט דער טעטיקייט. די , זאָנדער?" האָט אויך געהאָלפן אויפצודעקן פארבא- האַלטן יידיש פארמענן, װאָס אין איבערנענעבן געװאָרן

passage_db5f37823be315a171e07b52
Passage 5normalized OCR · source chars 4254-4815

די דייטשן, דער פּאַליצייאישער טעראָר אין געטאָ האָט זיך איינגע- שטעלט אין פונקציאָנירט מיט א פּערפעקטקייט -- וי די פּאַליציי װאָלט שוין געהאָט יאָרצענדליקער דערפאַרונג, אַרעסטן; צעטרייבן ארבעטער-דעמאַנסטראציעס; כאַפּן אויף ארבעט; ארוױיסשלעפּן מענטשן פון די בעטן -- דאָס איז גע- ווען א טאָג-טעגלעכע דערשיינונג. זיי זענען געווען זאַט, גוט אָנגעטאָן -- להיפּוך דער הונגעריקער געטאָ-באַפעלקערונג. דאָס האָט נאָך מער פאַרשטאַרקט ביי זיי דאָס געפיל פון אן עליטע -- וועלכע קאָן זיך אלץ דערלויבן. געוויס זענען געווען אויך צווישן דער פּאַליציי אויסנאַמען, כאָטש וייניק.

passage_761a66855399825ea39a99fe