Original scan
Original memorial-book scan 106
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1031

102 מ א ײ זענבוד-כואַניק פון לאָדז שער געטאָ די דאָזיקע האָבן באַצאָלט מיטן לעבן פאר אָפּנאַרן די דייטשן, בשעת הויז"-זוכוננען; פאר העלפן קינדער אָדער קראַנקע אַנט- לויפן; פאר נישט צושטעלן די -- נאָך ועלכע מען האָט זיי נעשיקט. אוממענטשלעכע ברוטאַליטעט -- דאָס איז געווען דער קען-צייכן פון דער יידישער פּאַליציי אין לאָרזשער געטאָ. צּ טרויעריק איז די ראָל פון ,יורענעלטעסטען", נאָמינירט פון די דייטשן. אין זיין ראָל, װי דער ראש הקהל, האָט ער זיך אַלֵיין פארגעסן, אַז ער איז נישט מער וו אַ ייד, װאָס אין אויסנגעשטעלט -- וי יעדער אַנדער ייד -- אויפן חסד פון די דייטשן. זיינע מעטאָדן זענען געווען אי ברוטאַל, אי פּרימיטיוו. זיי האָבן אין זיך געהאַט אי די כיטרעקייט פון א פוקס, אי די מורא פון א האָז. לייענען מיר אין א בר יו-צירקולאר (רונדשרייבען) צו די בעקעריי-אייננטימער, דאַטירט דעם 30 אָקטאָבער 1940, װוּ עס רעדט זיך װועגן דעם, אז די בעקער פארקויפן קוילן און מעל צו פּריואַטע פּערזאָנען. דער בריוו, געשריבן אין דייטש, לייענט זיך אויף איין אָרט; 080/28 016 108 0106שׁ' 1861 מסזסשם6פ 0090006/8 מ} 8 54080101600 20190/8 06800111084

passage_f57b445b360ecf7840fefd3a
Passage 2normalized OCR · source chars 1033-1807

דאָס נאַכאַנאַנד אונטערשטרייכן: מיין; דאָס נעמען זיך דאָס רעכט אליין צו משפּטן -- אָט דאָס, האָט שוין נישט צו טאָן מיט די אָנװווייזונגען פון די דייטשן, נאָר ואַרפן א שיין אויפן כאַראַקטער פון רומקאָווסקין גופא. ער איז פארשיכורט נעװאָרן פון דער מאַכט, װאָס ער האָט מיטאַמאָל באַקומען --- און האָט מיט אָט דער מאַכט מיסברויכט. עס ווערט אויך קלאָר, אז די דייטשן האָבן נעװונּסט ווענן דער אומבאַגרענעצטער, דעספּאָטישער מאַכט, וועלכע רומר קאָווסקי האָט אין געטאָ, און אז די הויפּט-סיבה דערפון איז, װאָס ער אליין פירט אָן מיט דער אַפּראָוויזאציע-אָפּטײלונג. ער טיילט טאַלאָנען אויף ספּעציעלע שפּייזן; פּריוילי- גירט מענטשן און קאַרומפּירט זיי --- דורך בעסערער פאר- פלעגונג. דער פּריווילעגירטער קלאַס העלפט אים די דאָזיקע אומבאַגרענעצטע מאַכט אינהאַלטן, און פירט אויס זיינע באפעלן.

passage_6a9733cbcb50c02a8b400e47
Passage 3normalized OCR · source chars 1809-2943

וועלנדיק באגרענעצן רומקאָווסקיס מאכט, האָט האַנס ביבאָוו --- דער שעף פון דער געטאָ-פאַרװאַלטונג -- באַשלאָסן ארויסצונעמען אָט דעם אַמט פון רומקאָווסקיס הענט. ער קומט אין געטאָ אריין, צוזאמען מיט זיינע געהילפן, שליסט אָפּ די דרוקעריי. באַזעצט דעם טעלעפאָן. פארבאָט די ארבע- טער צו פארלאָזן די דרוקעריי ביז די פאראָררענונג (פון 5 נאָוועמבער 1943) איז אויסגעזעצט און אָפּנעדרוקט גע- װאָרן,. כאָטש אלע פריערדיקע פאראָרדענונגען זענען אין דייטש און יידיש, אונטערגעשריבן דורך רומקאָווסקין -- אין די לעצטע געמאַכט נגעװאָרן בלויז אין דייטש. זי שטעלט פעסט, אַז ,פון דער אױיבנדערמאַנטער דאַטע ווערן אַלע פּראָ- דוקטן - פּריוילעניעס אָפּנעשאַפט. די לעבנסמיטל מאַנאַזינען און שפּייזדגעשעפטן געפינען זיך אונטער דער דירעקטער אוים- זיכט פון דער געטאָ-פאַרװאַלטוננ. אונטערגעשריבן: האַנס ביבאָוו. רומקאָווסקי האָט זיך וועגן אָט דער פאראַרדענונג דער- װנּסט, ווען זי איז שוין געווען פאַרנאַנדערגעקלעפּט איבערן געטאָ. | די דאָזיקע רומקאָװוסקי-דעטראָניזאַציע האָט אָבער לאַנג נישט אָננעהאַלטן. ווייזט אויס, אז די דייטשן האָבן רומקאָוו- סקיס אַמט נענומען ערנסט, וויי?ל אין א געוויסער צייט ארום, איז דאָס אויסטיילן פּראָדוקטן ווידער נעלעגן אין זיינע הענט.

passage_dd04a546d5b8ff7786e754ed
Passage 4normalized OCR · source chars 2945-3845

עס איז פארשטענדלעך, אז דאָרט װוּ הוננער איז א פַּער- מאַנענטע דערשיינונג און דאָס באַדייט טויט אָדער לעבן -- איז דער מענטש װאָס האָט דעם שליס? צו אָט דער עווענ- טואַליטעט -- דער הערשער. וועגן רומקאָווסקיס פארלאָזן דאָס געטאָ, דערציילט דער אינזש. יאקוב פּאַזנאַנסקי אין זיין טאָני-בוך, וועלכן ער האָט געפירט אין לאָדזשער געטאָ. , מאָנטיק, 4 סעפּטעמבער 1944" מיר האָבן זיך דערוװוּסט געוויסע איינצלהייטן, פארבונדן מיטן נישט דערװאַרטן אָפּטאָר פון רומקאָווסקין. ביבאָוו האָט פאראייניקט צום טראַנספּאָרט זיין ברודער יוסף מיט דער פרוי, ‏ --- דער, וועלכער ער האָט אָנגערופן , די פירשטין העלענע". דער פּרעזעס האָט זיך געװאָנדן צו דער געטאָ- פאַרװאַלטונג מיט דער ביטע, מען זאָל פאַרנאַכלעסיקן די דע- פּאַרטאַציע פון זיין נאָענטסטער משפּחה. ביבאָוו האָט אָפּנע- זאָגט, אָבער גלייכצייטיק צוגענעבן;: אויב דער הער ויל, קען ער זיי באַנלייטן... רומקאָווסקי איז איינגעגאַנגען אויף דעם, האַלב-איראָנישן פאָרשלאַג.

passage_ab4d815fbd3618aba6520b3a
Passage 5normalized OCR · source chars 3847-4529

ביבאָוו האָט אים פּערזענלעך באַנלייט צום באַך-הויף, אויסנגעטיילט אים א באזונדערן װאַנאָן און באַזעצט אין אים בלויז 20 מענטשן, פון דעם פּרעזעס נאָענטסטע מענטשן ער האָט זיך אפילו מיט אים האַרציק געזעגנט. אָבער וי נאָר ער האָט זיך אָפּנעקערט, האָט דער פּאָליציאַנט װאָס אין גע- שטאַנען אויף דינסט ביי די װאַגאָנען, ווארשיינלעך אויף דער אָנווייזונג פון ביבאָוון --- גענומען באַזעצן אין דעם זעלבן װאַנאָן די דעפּאָרטירטע, וועלכע זענען גראָד אָנגעקומען אויפן באַן-הויף. אין לעצטן סך-הכל, זענען אין װאַנאָן געווען איבער 80 פּערזאָן. װוי עס שטעלן פעסט ,פאַכלייט', איז עס פּשוט געווען אַ רעקאָרד-ענגשאַפט, רומקאָווסקי איז אומגעקומען אין אוישוויץ. אויך ועגן דעם זענען דאָ פארשידענע ווערסיעס.

passage_c14b4b006e3097227d335d61