ײדיש לאָדזש 107 טקעריידיר ריר רירדררקירדרדרררירדיירררדרקדיריריררדירדרדריררדריררדרדרדיררדלדרעריררערר דאר ירארדירדייאדרלארארלררירארייאררררערריריירד אע אידאר עיראעט רעריטיגא 1 זאָלן שלאָגן און ברעכן ביינער. די גאָס --- די אָפּנעשלאָסענע פון דער אַרומיקער וועלט -- אין געוען אַ היימישע, א יירישע און -- פאַרהעלטנישמעסיק -- א יומטובדיקע. דאָס אָפּשליסן פון געטאָ דעם ערשטן מאַי אין זיך צו- נויפנעפאלן מיט אסרו חג פּסח, מוצאי יום-טוב. די טעג זענען געווען זוניקע און די זאָרנן זענען געװאָרן היימישע : איינקװואַרטירן זיך און זען פונוואנען װועט מען נעמען פּרנסה.
דערצו נאָך דארף פאַרנאָטירט ווערן אַן אַנדערע כאַראַק- טעריסטיק: אַ גרויסער טיי? פון די װאָס זענען געװאָרן אִמּ- געשלאָסן אין נעטאָ זענען געווען עטנישע איינוווינער, אַזױ- גערופענע רייכסבאַלוטער,*) װאָס האָבן אין אַ גרויסער מאָס קיינמאָל די שטאָט נישט געקענט צו גוט. פאַר אָט די מענטשן האָט זיך די לאַגע קנאַפּ װאָס געענדערט. די אומשטענדן, אויף וויפיל זיי זענען געווען אַנדערש וי פריער, זענען זיי געווען אַ נאָכפאָלג נאָכן שוידערלעכן וינטער און די צערו- דערניש װאָס האָט געהאָט אָנגעהאַלטן שוין מער וי א האַלב יאָר. זיי זענען דעריבער געווען ענדערונגען ואָס האָבן גע- פירט צו אַ צוריק נאָרמאַליזירטן, כמעט צום פאַרמלחמהדיקן שטייגער, אויב אַפילו נישט אין גאַנצן צום פארמלחמהדיקן שטייגער; נו, סוף כ? סוף איז דאָך מלחמה נישט וי אַנדערע צייטן. אבי מען אין פּטור געװאָרן פון דער אויסערלעכער מורא פאַר דער שעה -- איז שוין געווען גוט. ס'איז נישט געווען קיין גיין אין לאַנער אַריין. די יידישע גאַס פון געטאָ אין מֹאַי 1940 האָט געלאַכט און געמאַכט וויצן, איבער זיך, איבער דער סיטואַציע און אַפילן איבער רומקאָווסקי חיים, דעם מוש? פון געטאָ. אָט דאָס איז געװוען די ערשטע געטאָירעאַליטעט. די צווייטע רעאַליטעט האָט גיך נאָכגעפאָלגט :
באַלוט איז נישט געווען קאַנאַליזירט און ואַסער האָט באַלוט געצוינן פון הויף-פּאָמפּעס (פּלומפּן), װאָס האָבן צו- נעשטעלט ואַסער פון גאַנץ נאָענט צו די אויבכערשטע ערך- שיכטן. היות די נישט-יידישע באַפעלקערונג האָט אין אַ גרוי- סער מאָס פאַרנאַכלעסיקט די מינימאַלע ריינקייט פון די באַ- לוטער קלאָזעטן אין די ווינטער-חדשים, סיי צוליב ספּעציפישן אַנטיסעמיטיזם, סיי צוליב זיין פארנומען מיטן ארויסציען זיך פון געטאָ, האָט דער פריליננ און דאָס צעניין פון שניי אַרײנ- געװאַשן אַ סך קראַנקהייטן אין די ואַסער-פּאָמפּעס. דער רעזולטאַט איז געווען אַזױ שאַרף וי ר'איז געווען ניך : די דיזענטעריע-מניפה האָט זיך אָנגעהויבן. רומקאָווסקיס אַדמיניסטראַטיווער אַפּאַראַט האָט אָנגע- הויכן פונקציאָנירן מיט לאַנגזאַמע אָבער זיכערע טריט. היות דער עלטסטער פון די יידן איז נגעווען דער געוועלטיקער איבער אַלִעם, איז זיין באַשלוס געווען גענוג צו שאַפן אינסטיטוציעס װאָס זאָלן ברענגען אַ שטיק? סדר אין געטאָ. איינע פון דרי גאָר ערשטע אינסטיטוציעס װאָס האָבן אַרומגענומען דעם
*) נאָך דעם װי די פױלישע דײטשן, װאָס האָבן זיך נאָכן אַרײנמאַרשירן פון היטלערס אַרמײען אָנגעגעבן אַלס דייטשן, זענען באַצײכגט געטאָר אַלס פּאָלקסידײטשן אט די אײנטױינער פון אלט'דײטשלאַנד אַלס רײכסידײיטשן, איז דער נאָמען פּאַר די אַלטע אײנטױנער פן געטאָ קװאַרטאַל אין באַלוט געװאָרן װי אַ צוואָמען פון זעלבן שטײגער: רײנס באַלוטער. נאַנצן כלל איז געווען דאָס שאַפן פון הויז-ד און בלאָק-קאָמי- טעטן, איבער דעם גאַנצן געטאָ, און די רעניסטראַציע פון אַלע געטאָ-איינװווינער, שוין חדשים פריער, נאָך אין דער ווינטער-צייט האָבן אָנגעהויבן פונקציאָנירן שפּיײידקראָמען פוֹן רומקאָווסקיס קהילה. די דאָזיקע שפּיידקראָמען זענען אַריינגעקומען אין געטאָ אַריין אונטערן נאָמען קאָאָפּעראַטיון. ביים סאמע אָנ- הויב פון געטאָ זענען די קאָאָפּעראַטיוון געווען די אָפִיצִיעלֶע שפּייזדנעשעפטן, זיי האָבן אָבער פונקציאָנירט זייט ביי זייט מיט די פּריואַטע געשעפטן אין געטאָ. די בעקערייען זענען דערוויי? געווען אין גאַנצן אין פּריואַטע הענט, אָבער זייער מעל-צוטייל איז געקומען דורכן פּרעזעס, ד.ה. דורך ;זיין" צושטעלאָפּטײ?. אַזױ אַרום איז אויפהאַלטן אַ בעקעריי מענ- לעך נעווען נאָר מיט דער צושטימונג פון די ערשטע פאַר- װאַלטער פון דער נעטאָ-אַדמיניסטראַציע,
די ערשטע פאַרװואַלטער זענען געווען כמעט אויסשליס- לעך אַדמיניסטראַטיו אָנגעשטעלטע. פּאָליציי, הויז-אַרמיניסט- ראַטאָרן, הויזדוועכטער יידישע (אַ נייעס פאַר יידן), שפּיטאָלן א.אַ.וו. ס'איז געווען אַן אַדמיניסטראַציע פון אויסנאָבן מיט קנאַפּע איינקונפטן. אנב, זענען די אַדמיניסטראַציע-באאַמטע געווען כמעט די איינציקע משפּחות װאָס האָבן פאַרדינט אַ ,נאָרמאַלן" נגעהאלט פאַר די טאַניטעגלעכע געברויכן. אין יענער צייט האָט רומקאָווסקי זיך נאָך באַנוצט אויך מיט פּריואַטע יאַטקעס פאַר דער פארטיילונג פון פלייש אין געטאָ. קיין ראַציעס זענען נאָך נישט געווען אייננעשטעלט און פלייש איז געווען פריי פאַר די װאָס האָבן געװאָלט און געהאַט געלט אויף צו קויפן פערד-פלייש. אָבער היות דער צופיר איז געווען אומרעגולער, פלעגן מענטשן אָפּשטײן שעהן פאַר די פלייש-נעוועלבער. די צאָל פלייש-קויפער איז געווען אין ערשטן זומער אַ באַגרענעצטע. און וי דערמאָנט, האָט דאָס געטאָ זיך נאָך געוויצלט איבער זיך אַליין, פלענט דער וויץ פאר די פלייש-רייען זיין: , װאָס האָט איר זיך שוין אַװעק- נעשטעלט אין דער קאָלעיקע? דאָס פערדל האָט נאָך צו מאַכן אַ פּאָר קורסלעך".
קאַרטאַפל זענען כמעט נישט געווען אין נעטאָ און ציבל --- פלעגט מען זאָנן -- האָט דער דייטש בכיוון נישט אַריינ- געלאָזט אין נעטאָ. אָבער דערפאַר איז געווען קאַשע און גרױיפּן לרוב און נאָכמער. אין די ערשטע צוטיילן פון רומ" קאָווסקיס ראַציעס איז געווען איינגעשלאָסן אויך קאַשע. דאָ האָט די נאָס קאָנקורירט מיטן אָפיציעלן פּריין ביז מער וי אַ העלפט. יונה פּיליצערס פּלאַץ אין אין יענע טעג געוען איינער פון די פרייע פּונקטן וו יידן האָבן געזוכט פּרנסה איינער ביים אַנדערן. אָט דאָס זענען געווען די ערשטע װאָכן אין נעטאָ. דער פּחר איז אָפּנעטראָטן און די זאָרג אין נגעװען רי אַלט. היימישע זאָרג: געזונט און ,פּאַפַּע". אָבער ניך איז די לאַנע געװאָרן זייער ערנסט. די צאָל מענטשן אָן אַרבעט און אָן געלט, אָפּנעשלאָסן אין געטאָ און אויסקוקער אויף איין פּרנסהינעבער --- מרדכי חיים רומקאָווסקי --- איז נעװאָקסן מיט יעדן טאָנ און איז געװאָרן גיך אָרגאַניזירט דורך כוחות װאָס האָבן נישט שטענ- דיק געמיינט די טובה פון כלל. די פּאַליטישע פּאַרטײען האָבן נעקוקט מיט חשד איינע אויף דער אַנדערער און ס'איז נישט