Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 112
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1053

108 אברהם ציקערט -- אזוי האָבן מיר געלעבט... 2 יי רעלעה אט 2 ארי ךי יאר א געווען קיין סוד, אַז געוויסע פּאַרטײען האָבן געהאַט מער השפּעה אין דער דעמאַָלטדיקער (שפּעטער האָט קיינער נישט געהאט מער קיין דעה, אויסער רומקאָווסקי) אַדמיניסטראַציע און אין פאַרטיילן פּרנסה-קװאַלן, אויף וויפיל? זיי האָבן עק- זיסטירט, | אין פּאַרלױף פון די ערשטע צען װאָכן אין די לאַגע אין נעטאָ געװאָרן גענוג ערנסט פאַר דעמאַנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן צווישן הונגעריקע אַרבעטסלאָזע און די געטאָ- פּאַליציי. די דעמאָנסטראַציעס זענען געווען אונטער דער לאָ- זונג פון , ברויט און קיכן". ווען זיי האָבן אָנגענומען אַ כאַ- ראַקטער פון באַדראָען די געטאָ-אָרדענונג, האָט זיך די דייטשע מאַכט אָפּגערופן מיט אַריינשיקן עטלעכע לאַסט-אױטאָס מיט דייטשע פּאַליציי אין געטאָ אַריין. עטלעכע רעװאָלװערן-שאָסן און פיר פאַרװוּנדעטע זענען געווען גענוג איינצושטילן די דעמאָנסטראַציעס. צי רומקאָווסקי האָט פאַרלאַנגט די דייטשע אינטערווענץ איז נישט באַקאַנט, אָבער פאַראַן אַ סברה, אַז יאָ. נאָך די דעמאָנסטראַציעס איז קלאָר געװאָרן, אַז די לאַגע אַזױ װי זי איז, װעט לאנג נישט קענען אֶנהאַלטן.

passage_03b86e79e975a84e923d41fc
Passage 2normalized OCR · source chars 1055-2128

שוין מיט אייניקע װאָכן פריער האָט אַן אומבאַקאַנטער נוטער עקאָנאָמיסט פון רומקאָווסקיס בייראט געהאַט אַ פיינע המצאה אויף צו דעקן כאָטש טיילווייז דעם געטאָ-בודזשעט, דאָס געטאָ האָט געהאַָט געלט, אַפּילו װען דאָס געלט איז געלעגן אין די הענט פון יחידים. די קהילה האָט געהאַט אַ ליידיקע קאַסע און נישט נעקענט באַצאָלן אַפִילו פאַר דער טאָג-טעגלעכער שפּייז פון אירע איינוווינער. די. המצאה פון עקאָנאָמיסט איז געווען: טוישן דאָס געלט װאָס געפינט זיך אין געטאָ אויף געטאָ-קװיטאַנציעס אָדער געטאָיגעלט. די דאָזיקע המצאה האָט געהאָט אַ סך אויסוירקונגען. אַזוֹי, נאָר געטאָ-נעלט. היות דאָס געטאָ האָט געהאַט נאָר איין צו- שטעלער פון פּראָװיאַנט, איז נישט שווער געװען אַדורכצן- פירן דעם נעלט-אויסטויש, טאַקע דורך רומקאָווסקיס געטאָ- באַנק. די איינציקע וװאָס האָבן נעהאַָט אַ צוייפ? אין דעם געלט-אויסטויש זענען געווען די, װאָס האָבן נאָך ריזיקירט אַריינצושמוגלען אין געטאָ סחודות פזן דער שטאָט. אמה, דער שמוגלער האָט ריזיקירט מיטן געלט און מיטן לעבן -- אָבער דער האַנד? איז דאָך אָנגעגאַנגען. מיטן טוישן די דיי- טשע מאַרקן אויף , רומקעס" האָט זיך דער שמוגל במעט אָפּנעשטעלט אין נאַנצן.

passage_e951f79e25daa847feff5561
Passage 3normalized OCR · source chars 2130-3252

רומקאָווסקי איז אַזוי אַרום געװאָרן אַ גביר, דער פּרע- זעס פון אַ רייכע קהילה-קאסע, װאָס האָט געהאט גענוג געלט צו פינאַנסירן אַ ראַציאָנירט געטאָ פאַר די ערשטע פֹּאֶר חדשים. אינערלעך האָט זיך איצט געקענט פירן אַן עקאָנאָמיע אויפן סמך פוֹן געטאָ-מאַרקן.=) דער דאָזיקער געלט-טויש, װאָס די פּריוואַטע בעקערייען, קצבים וי די פאָרמעלע קאָאָפּעראַטיוון האָבן געמוזט פאַרלאַנגען פון אַ גענעבענעם טאָג אָן, האָט דערלויבט רומקאָווסקין איינשטילן די הונגער-דעמאַנסטראַ- ציעס אויף אַ פּראַקטישן אופן; דאָס געטאָ איז געװאָרן פּענ- סיאָנירט, כמעט אַלֶע מיטאַמאָל. יעדער אַרבעטסלאָזער האָט 5) דערצן נאָך אַ הלואה פון דער דײיטשער שטאָט קאַסע אין הױד פון צװײ מיליאָן מאַרק, צוריקצאַלבגַר פון צוקונס' טיקער אַרבעם. באַקומען דאָס רעכט אויף א פּענסיע פון 9 מאַרק אַ חורש. די דאָזיקע פּענסיע האָט נעהאַט אַ סך באַװאָרענישן, אָבער זי האָט גיך נעשאַפן אַן אילוזיע, אַז אַלץ איז נאָך נישט פאַר- לוירן. דאָס צוטיילן די פּענסיע האָט אויך צום ערשטן מאָל באַשטעטיקט רומקאָווסקיס ממשלה אין די מוחות פון די נעטאָ-אײנװווינער. נישטאָ נאָך אַזאַ דרך ארץ וי דער דרך ארץ פאר אַ פּרנסה-נעבער, דערצו נאָך אזא געבער װאָס טיילט פּענסיעס, דער ערשטער ווינטער

passage_fb37c917e029d0f07f089852
Passage 4normalized OCR · source chars 3254-4403

ביז דער ערשטער זומער אין געטאָ, ד.ה. זומער 1940 איז אַװעק, זענען די פּראָבלעמען אין געטאָ געווען דער עיקר געריכטעט, װוי שוין דערמאַנט, אין צוויי דירעקציעס: געזונט און , פּאַפּע". דער פיזישער פּחד פאַרן דייטש איז אייגנאַרטיק געװאָרן שװואַכער װוי אין די ערשטע מלחמה-חדשים. ס'איז טאַקע געווען אמת, אַזן אין די ערשטע חדשים ! אין געטאָ זענען יידן נאָך אַלץ געווען אָפּנעשלאָסן אין די הייזער פון 8 פאַרנאַכט, אָבער דאָס איז פאַררעכנט געװאָרן וי דאָס נעזעץ פון טראָגן לאַטעס; מען האָט געקענט דערמיט אויסהאַלטן. די מניפה פון דיזענטעריע איז געווען אַ סך מער ערנסט, אָבער אירע קרבנות זענען געווען מער וי דריי-פערטל מענטשן פון דער שטאָט, װאָס האָבן נעלעבט פריער אין בעסערע פאַרהעלטענישן וי זיי האָבן זיך נעפונען אין נעטאָ. האָט טאַקע איינע פון די צויי גרופּעס הויףזיננער, װאָס האָבן אין ערשטן זומער נאַסטראָלירט אין נעטאָ געזונגען: פאַראיאָרן זומער אין דער פעריע אין װישניאָווע אין באסיין היינט האָב איך די דיזענטעריע כ'מוז אַ פופצן מאָל אין טאָנ דאָרט גיין ... אוי ס'איז אַ קלאָג, אוי ס'אין צו אונדז א צרה אוי ס'איז אַ קלאָג, עס העלפט נישט קיין געשריי נאָר מיר לאָדזשער זענען די כפּרה ס'איז היינט אַזאַ געבאָט דעד קלזגסטעד בלייבט היינט אן איריאָס...

passage_62888b29247c7c6d0c7fc295
Passage 5normalized OCR · source chars 4405-5101

ווענן פּראָטעקציע ואָס האָט צו יענער צייט אָננעהוֹיבן אויפרייסן די אוינן, האָט דאָס זעלבע ליד געהאט אַזא פערן: ;איך האָב אַ פעטער קונע לעמל ער איז א קיעראָווניק באַ די סטראַזש, ער רירט זיך פּונקט ו'א קעמל אַ פייער לעשט ער מיט אַ פלאַש, אַ קאָמענדאַנט קען איך אַ קליגן איך גיי מיט אייך אין א געװעט אָנפירן קען ער נאָר מיט פליגן דערצו איז ער אנאַלפאַבעט. דער פאַקט, אַז צוויי זינגער-גרופּעס האָבן געקענט מאַכן כאָטש טיילווייזע פּרנסה אין געטאָ-אָרעמקײט, זאָגט עדות דערויף, אזן די פאַרהעלטענישן זענען נאָך געווען דערטראָג- באַרע. געווען אויך זינגער, װאָס האָבן נעגעבן , פאָלאָ? אוים- טריטן מיט , מאָראַלישן" אינהאַלט. א קליין פרום יידעלע, וועמענס ברודער איז פאַר דער מלחמה געװאָרן א בעל-תשובה

passage_b0844da77e9dea823ff67a7e