Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 113
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-965

יידיש לאָדוש 109 בי ר :טי יינ 1 יו יי ר בי :2612 22 שש אונטער דער השפּעה פון קאַזשניצער רבין (איך געדענק פיי- דער נישט זיין נאָמען) איז גענאַנגען איינער אַלֵיין פון הויף צו הויף, טראָגנדיק מיט זיך א בענק?. ער פלענט זיך אַװעק- שטעלן אויפן בענק? און זינגען: ;די רייכע נבירים, די בראַטשאַ ראַדזינער, זיי טוישן די בריליאַנטן און מען עסט נאָך היינט הינער, נאָר טאָמער קלאַפּט אַן אָרעמאַן אָן ביי דער טיר שטעקט ס'משרת אַרױס די נאָז: װאָס ווילט איר ? אַ פאַרדאַרט שטיק? ברויט גיט מען אים אַרױס, אָבער ווען מען גייט די הינער רוקן זאָגט מען דאָס נישט אויס, פאַר אַן עין הרע טוען זיי זיך שרעקן אַז עס קלאַפּט אַ היימישער טוט מען אַלץ פאַרדעקן." וי ווייט די לידער זענען נגעווען פּאָפּולער זאָגט עדות דער פאַקט, אַז ביז צום סוף פון נעטאָ אין אוינוסט 1044 האָבן די פייערלעשער אין געטאָ געהייסן , קונע לעמלס" מענטשן. צווישן די װואָס האָבן געלעבט פון הויף-זינגען און באַ- גלייטן, איז אויך געווען א פידלער ואָס האָט געשפּילט אין דער קאַװיאַרניע אויף פּיעטריקאָוװוער 29.

passage_660282a091014e97691557b8
Passage 2normalized OCR · source chars 967-1631

אָבער דאָס אַלץ איז געווען וי אַ לוקסוס װאָס האָט לאַנג נישט געקענט אָנהאַלטן. דער לעצטער שלאַנער װאָס האָט נאָך אַפּעלירט צום געטאָ אַלס אַ שלאַגנער, איז געווען , יאַנקעלע"ס (דער מחבר פון דעם באַקאַנטן מאָטיוו ‏ רומ- קאָווסקי חיים, ניט אונדז קלייען"...) פדער מאַרקן, װאָס האָט אָפּנעשפּינלט צוויי אינטערעסאַנטע אַספּעקטן; די נישט-גענוגנ- די לעצטע געשעענישן אין געטאָ ערב דער ,שפּערע" הונגעריקע געטאָיאײינװױינער גראָבן אויס פון דער ערד קאַרטאָפּל-אָפּפאַל, אַרױסגעװאָרפענע פון די קיכן. קיים פון דער פּענסיע און אויך אַ נייע סיטואציע װאָס אין אַנטשטאַנען אין געטאַ מיטן אֶנְהוֹיב פון די ערשטע קעלטן, נעמלעך, דאָס צענעמען די הילצערנע פּלױטן. אָט זינגט יאַנקעלע :

passage_7b6a71fcd935fa1cace86fe8
Passage 3normalized OCR · source chars 1633-2153

,חאָלץ איז היינט אַ סחורה, טייערער וי בריליאַנטן, ס'רייסן היינט אַראָפּ די פּלעטער געוועזענע פּאַבריקאַנטן. .. מיט די ניינער מאַרקן, איזן דאָך שווער צו לעבן מ'האָט געברויכט די ניינער מאַרקן צוויי מאָל אַ ואָך צו נעבן. ביז מען זעט די גאַזשע גלאָצט מען מיט די אויגן ביז מען זעט דעם פּאָסטן-טרענער ווערט מען צוגעצוינן, נאָר װאָס זאָל מען טוען יידן, אַז עס אין אזא מין קלאָנ װאָס זאָל מען טוען יידן עסן מוז מען יעדן טאָג, אַז דער מאָגן וויל נישט וויסן פון קיין געטאָיזאַך, נאָר ער שרייט און ער פאַרלאַנגט צו עסן זייער א פך",

passage_8e2d5eb09e97517e5c50249d
Passage 4normalized OCR · source chars 2155-3197

מיטן זומער איז פון געטאָ אַװעק אויך דאָס לעצטע ביספ אויסזען פון עפּעס נאָרמאַלס. אוועק אזוי, אן מער זאָל עס שוין אין געטאָ נישט צוריקקומען. די האַרבסטיקע טעג זענען ניך געװאָרן קלענער און קאַלטער און די פּוױילישע טריבקייט און פינצטערניש האָט צוגעדעקט ראָס נעטאָ. דער קערפּער װאָס האָט א נאַנצן זומער געקענט אויסהאַלטן אָן פעטס, האָט איצט אָנגעהויבן מאָנען איינס פון די ביידע, אָדער פעטע שפּייז, װאָס דאָס געטאָ האָט נישט געהאט, אָדער מאָלצײיטן געקאָכטע דריי מאָל א טאָג. ביז אֶנהוֹיב נאָוועמבער איז נאָך מענלעך געווען פאַר נעלט צו קויפן שפּייז אין פרייען מאַרק. די לעבנסמיט? צוטיילן זענען נאָך אַלץ געווען גרעסער וי אַ טייל פון דער באַפעלקערונג האָט זיך נעקענט דערליבן אויסצוקויפֿן, אָבער דער איבערברוך איז נע- קומען ניך, בעת אין די זומער חדשים האָט מען געקענט קויפן קאַשע פריי אין די קאָאָפּע- ראַטיוון פאַר 24 פענינ א קילא און אויפן מאַרק פאַר 18--20 פענינ אַ קילאָ, איז אין משך פון 2--28 טענ דער קאַשע-פאַרקױף אין די קאָאָפּעראַטיוון אָפּנעשטעלט געװאָרן און אין דער גאָס האָט דער פּריז אַ שפּרונג גע- טאָן ביז 2 מיט אַ האַלבן מאַרק א קילאָ.

passage_f9d9f9f1573e571ca4b25357
Passage 5normalized OCR · source chars 3199-3705

סימבאָליש: די הויף-זינגער זענען געווען דער באַראַמעטער פון די ענדערונגען. אין יאַנואַר 1941 האָב איך נעזען דעם לעצטן הויף-זיננער פון דער גרופּע װאָס האָט געזונ- גען דאָס ליד ועגן דיזענטעריע. דער עלעגאַנ- טער יונגערמאַנטשיק פון די זומער-חדשים -- װוי אַן אָפּקלאַנג פון בעסערע צייטן -- איז אַצינד געווען געשװאָלן פון הונגער און קעלט, אין אַ צעריסענער מאַרינאַרקע, אין ער גע- שטאַנען אין ראָג פּראַנצישקאַנער און זאַװישע, ביי דער טיר פון אַ שפּייז-געוועלב װאָס האָט נאָך פונקציאָנירט פאַר די װאָס האָבן געהאַט

passage_565b36ad38a2e7ebf28067b5