Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 115
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1108

יידיש לאָדוש וו װיזטעאָריע פון אויסדויער פון די שטאַרקסטע (צום ערשטן מאָל, דערנאָך האָם מען זיך דערצו צוגעוווינט) א גרויזאמע אין פּראָפּאָרץ צו דער באַפעלקערונג. רומקאָווסקיס ווירטשאַפט האָט נישט וייניק דערצו גע- האָלפן. אין זיין גאַנצער אַדמיניסטראַטיווער סוויטע האָט זיך, ווייזט אויס, נישט געפונען קיין איין לאַנדװירטשאַפטלער װאָס זאָל אים לערנען די עלעמענטאַרסטע כללים ועגן גרינצייג. די צוגעטיילטע קאַרטאָפּל װאָס זענען שוין יאָ אריינגעקומען אין געטאָ אריין פארן ווינטער און קומענדיקן פרילינג זענען געבליבן ליגן אָפן אונטערן פרייען הימ? אין יונה פּיליצער'ס פּלאַץ. די שפּעטע האַרבסט-רעגנס און דער פראָפטיקער ווינטער האָבן געטאָן מיט דעם גרינצייג זייער רעכט און מיטן אֶנהוֹיב פון פרילינג אויפטוי האָט דער פּלאַץ זיך פאַרװאַנדלט אין א בלאָטע און דערנאָך אין א פּלאַץ פון טינופת װאָס האָט פארשטונקען הונדערטער מעטערס ארום. הונדערטער טאָנען געוועזענע קאַרטאַפ? זענען פארגראָבן געװאָרן אין די מיסט- גרובנס -- אָבער דאָס געטאָ האָט געהונגערט. טאַקע צוליב דעם הונגער אין ערשטן וינטער האָבן זיך טויזנטער יונגע מענטשן פאַרשריבן אויף אַרבעט מחוץ דעם געטאָ. צווישן זיי דער ברודער פון שרייבער פון די דאָזיקע שורות.

passage_8644cbcbe522b5726b0c172e
Passage 2normalized OCR · source chars 1110-2157

אֶנְהוֹיב פרילינג איז די שפּייזדלאַנע פאר א ויילע געװאָרן אביס? גרינגער. ארום פּסח צייט אין אפילו די ברויט ראַציע געשטיגן פון 300 ביז 400 גראַם א טאָג און פאר אן ערך צוויי חרשים איז די ראַציע געווען ס טעג קאָרן-ברויט און צויי טעג ווייצן-ברויט. די צוטיילונג פאר פּסח אין 1941 איז געווען א גענוגנדיקע לויט די פארהעלטנישן און פאר די יום-טוב טעג אין אָפּנעשטעלט געװאָרן דאָס ארויסשיקן די פארשרי- בענע אויף אַרבעט. מיטן פריליננ איז אויך געקומען א פארבעסערונג אין דער לאַנע פון אַרבעט אין געטאָ. ביסלעכווייז האָבן די קאָלעק- ציעס פון די פארשידענע פאַכלייט אין נעטאָ אָנגעהויבן אָננעמען ביי דער , דרויסנדיקער" וועלט. אויב אין אֶנהוֹיב זענען די שניירער געווען כמעט די איינציקע פּרנסה-געבער פארן געטאָ (א חוץ די מיסטיקלויבער און די װאָס האָבן געאַרבעט אויסערן געטאָ) האָט זיך איצט אָנגעהויבן א פאר- צוויינטע טעטיקייט פון אלערליי פאַכן. ס'איז אַנטשטאַנען דער , מעטאַל---1" און טאַקע באַלד דערנאָך מעטאַל 2, טיש- לער, טעפּיכער, פּאַפּיר פארווערטונג א. א. (דער כראָנאָלאָני שער סדר איז אפשר נישט גענוי, אָבער די אַנטװיקלונג אין געווען אן ערך אין יענער צייט).

passage_6c846448db9a477d615361a1
Passage 3normalized OCR · source chars 2159-3028

רומקאָווסקי האָט אַכטונג געגעבן, אז ;זיינע" אַרבעטער זאָלן נישט פאַרדינען מער וי אויף אויסצוקויפן גזיינע" לעבנסמיטל? צוטיילונגען. כדי אָפּצוהאַלטן פון אַן אינפלאַציע, פלעגן , זיינע? קאאָפּעראַטיוון אין 1941 האָבן קליינע צוטיילן פון צוקערװאַרג פאר אַ מאַרק. ער איז נישט געווען להוט נאָך אַ נאַשערײ ? זענען די מאַרקן צוריקגעגאַנגען אין זייער רו אריין און דער מוש? איז געווען רואיק. האָט טאַקע יאַנקעלע געזונגען אין זומער 1941 : דאָס געטאָ דאָ א שטײגער סלאפט שױן װי אַ זײגער אַלץ איז דאָ מאַרקאָטנע נישטאָ קין בעז ראָבאָטנע... ס'איז געווען אַ רואיקער זומער אין געטאָ אויסער.., אויסער דעם טיפוס און אויסער די דיזענטעריע און אויסער די טובערקולאָז... יאָ, דאָ און דאָרט אין א ייד געשאָסן געװאָרן ביי די דראָטן, מילא האָט מען אויסגעמיטן, אין מען גענאַנגען דורך הינטערוועגן פון איין הויף צום אַנדערן, איבער- הופּט, אז די הילצערנע פּלױיטן זענען שוין לאַנג נישט געווען מער... .

passage_7f8c6a820ec1059f24cc8539
Passage 4normalized OCR · source chars 3030-3533

דאָס געטאָ האָט צו יענער צייט פארמאָגט צויי גימ- נאַזיעס און נישט פאָרמעל, אפילו א פרייען אוניווערסיטעט, װאָס איז געווען טעטיק (איצט, אז מען האָט שוין געמעגט גיין אין גאַס ביז 9 אָוונט, און מיט אן אַרבעטס-קאַרטע אפילן שפּעטער) צוויי מאָל א ואָך אין דער געביידע פון די אַדמי- ניסטראַטאָרן אויף לוטאָמיערסקא 11, א פארצויינט שול- וועזן און גאָר נישקשהדיק שפּיטאָל-װעזן װאָס האָט אריינגע- נומען דעם פארמלחמהדיקן בנין פון דער קראַנקן-קאַסע אויף לאגעווניצקא 20 און דאָס ,פּוילישע" שפּיטאָל אויף דרעװונאָווסקא,

passage_ba6431ea31614ed19c98626d
Passage 5normalized OCR · source chars 3535-4295

ס'איז אויך געווען א ביסל מער אָרט אין געטאָ. א סך הילצערנע הייזקעס זענען אין משך פון ווינטער צענומען גע- װאָרן פַאר האָלץ, א סך איינוווינער פון די צוזאַמענגעדריקטע דירות זענען אוועק צו זייער רו און דאָס געטאָ האָט צובאַ- קומען עפּעס שטיקלעך נאָסן דאָ און דאָרט דורך גרענעץ- ענדערונגען. געלט איז ארייננעקומען פון דרויסן און כאָטש די פּאָסט אין געטאָ האָט זיך אביס? געשלעפּט זענען דאָך פון די ארומיקע שטעטלעך געקומען פּעקלעך שפּייז אין נעטאָ אריין, די פּרייזן אויפן אָפענעם מאַרק זענען געפאַלן אין פּראָפּאָרץ צו דער פארבעסערטער לאַנע אין נעטאָ, כאָטש זיי זענען נאָך אַליץ געבליבן פאַנטאַסטיש הויך לנבי די צוטיי? פּרייזן און די פּאָליטישע פּאַרטײען האָבן באוויזן צוריק אויפצושטעלן זייערע ארבעטס-קעמערלעך, ווען אפילו נישט די פּאָליטישע טעטיקייט פון פאר דער מלחמה.

passage_110aec5ad2f15722a826ea57
Passage 6normalized OCR · source chars 4297-5439

אין יוני 1940 האָט זיך אין געטאָ אָפּנעשפּילט א קוריאָן װאָס איז ביז היינט נישט אויפנעקלערט געװאָרן. אין א פאַר- נאַכט האַרט פאר דעם שליסן די גאַָסן פון פאַרקער האָט זיך דאָס גאנצע געטאָ, אין משך פון אייניקע מינוטן א לאָז געטאָן אין נאַס אריין. װוי א שטרוי שריפה האָט זיך פארשפּרייט דער קלאַנג, אז די רוסן זענען נעבן לאָדזש און די דייטשן טרעטן אָפּ צו די גרענעצן פון 1914. די שטימונג האָט אָנגעהאַלטן בלויז אייניקע מאָמענטן. באַלד האָט זיך די געטאָ-דיסציפּלין אױיסגעשפּרייט איבער אַלץ און אלעמען און די טויערן זענען פארהאַקט געװאָרן. אָבער אין די אָפּגעשלאָסענע הויפן האָט געטליעט א נייע האָפנונג; מאָרגן אינדערפרי קענען מיר שוין זיין פרייע מענטשן. די זעלבע שטימונג האָט זיך איבערגעחזרט אין די ערשטע טעג פון דייטשן איבערפּאַל אויף רוסלאנד -- אָט-אָט... שוין מאָרגן.. . אָבער דער מאָרגן איז געווען נאָר אן אַנדערער. די לאַגע אויפן מזרח-פראָנט איז געװאָרן קלאָרער און די דערהויבנקייט פון געטאָ, די האָפּנונג און דאָס דערװאַרטן פון א דערלייזער האָט איבערגעלאָזט א ביטערן נאָך'טעם. דאָס געטאָ האָט נאָך באוויזן אין כמעט פולשטענדיקע רו אָפּצושליסן דאָס שול-יאָר 1940-1941. אין די ימים נוראים האָט מען נאָך געדאַװנט אין חברה נושאי המיטה, בזשעזשײי

passage_7feb6b78e8ef20de5d8f18e0