Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 116
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-913

112 אברהם ציקערט -- אזוי האָבן מיר געלעבט ... נער 22. אין פארמלחמהדיקן קינאָ , בייקא" האָט געדאַװנט דער חזן פון דער ווילקער שול, ראַסקין און עטלעכע קלענערע שטיבלעך זענען נאָך געווען טעטיק; ס'איז געווען דער אֶנהוֹיב פונעם גרויליקן יאָר פארן פּוילישן יידנטום -- דאָס יאָר תש"ב. 12 מיטן אויסלאָז פון די ימום-טובים האָט זיך אוױיסגעלאָזט די לעצטע רו אין געטאָ. אין די נאַסן פון געטאָ האָבן זיך באַװויזן פערד געשלעפּטע וענענער מיט פּליטים. יירן מיט א , נישט יידישן" אויסזען האָבן גענומען פליסן אין געטאָ אריין אין די טויזנטער. פון דייטשלאַנד, עסטרייך און טשעכיע זענען זיי פארשיקט נעװאָרן, װוי מען האָט זיי געזאָנגט אין זייערע היימשטעט, , אין אן אינדוסטרי שטאָט אין רייך'. זענען זיי געזעסן הויך אויף די וועגענער, צוגעקוסט זיך צו דער ארומיקער אָרעמקייט און אין זייער צעמישטקייט האָבן די נייע געטאיאַנער נישט באַנומען, אז אָט דאָ וועט זיין זייער נייע היים אוֹן אז דאָס נעטאָ איז דאָס די גרויסע אינדוסטרי-שטאָט אין רייך.

passage_e00bada5dab1844b68341ac9
Passage 2normalized OCR · source chars 915-1607

רומקאָווסקיס פּאֶלִיצֵיי האָט די פּליטים איינקװאַרטירט אין די שולעס װאָס האָבן נאָך אָפּנעהאַלטן די זומער-װאַקאַ- ציעס, אין באַזונדערע דירות װאָס זענען געשטאַנען לייריק און װוּ נאָר מענלעך. דער טישלער-רעסאָרט האָט אויף דער גיך אויפגעשטעלט הונדערטער פּריטשעס און די מחיצה פון א משפּחה איז געװוען אַ פאָרהאַנג װאָס אין אוױיפגעהאַנגען געװאָרן צווישן איין בעט און דעם אַנדערן. צוויי װועלטן האָבן זיך אומוויליק צוזאמענגעטראָפן, די וועלט פון אַלטן געטאיאַנער מיט דער ועלט פון ניי איינגע- זידלטע. די װועלט פון אַלטן תושב איז נעווען א האָמאָגענישע, א וועלט פון פּוילישן ייד װאָס האָט געלעבט אין דער געטאָ סביבה פון דער ערשטער רנע אָן. אקענן איבער אים אין גע- שטאַנען די וועלט פון די , דייטשע יידן".

passage_428699f488e001624bbad25d
Passage 3normalized OCR · source chars 1609-2493

אין דער אמתן איז די וועלט פון די פּליטים געווען ווייט נישט איינהייטלעך. די טשעכישע יידן זענען געווען אַסימילירט צו אַן אַנדער קולטור און די עסטרייכישע צו אַן אַנדערער. אפילו די יידן פון בערלין און די פון קעלן זענען געווען אַנדערש איינער פון אַנדערן, אָבער דער נור? האָט זיי געמאַכט האָמאָגעניש אין אַ קורצער צייט. דאָ זענען זיי אַלֶע געוען פרעמדע, זיי האָבן נעטיילט דעם זעלבן נורל פון פארטריבענע און זייער לעבן ערשט נעכטן איז געווען אויף א ניואָ, װאָס האָט נעמאכט דאָס נעטאַ פאר אן אָרט פון האַלב וילדע, װאָס לעבן אין אומבאשרייבלעכע באַדינגונגען, וועלכע נאָר מזרח-יידן קענען אויסהאַלטן., פאר דער געטאָ-נאָס זענען די נייע איינזידלער געװאָרן וי אַמאָליקע רייכע נעסט װאָס פלענן צוריקקומען אין די קליינע שטעטלעך פון גרויסן אמעריקע, לויט זייער איינענעם מצב זענען די פּליטים געקומען אין געטאָ אריין בארויבט און צעבראָכן, אָבער לויטן ניוואָ פון געטאָ זענען רי ניידגעקו- מענע געווען , רייך".

passage_3b57e70c8f4d31e611dbc87a
Passage 4normalized OCR · source chars 2495-3288

באלד האָבן זיך אין די גאַסן פון געטאָ באַװויזן די ערשטע דורכזיכטיקע רעננמאַנטלען פון פארשידנפאַרביקן צעלולאָז, װאָס זענען ביז דעמאָלט געווען אין אָרעמען לאָדזש אומבאַ- קאַנט. עלעגאַנטע שיך און מערב-אייראָפּעאישע קליידונג פון ערשטקלאסיקער קוואליטעט זענען גענאַנגען פון האַנט צו האַנט אויף דער בערזע יראָג פעפער-גאס און לאַגעווניצקאַ און דער ווערט פון די מלבושים איז געפאַלן פון טאָג צו טאָג אַקעגן דעם אויסטויש פון עסנװאַרג, די מטבע פאר וועלכע די אייננ- טימער האָבן פון זיך אַראָפּפאַרקויפט אַלצדיננ. ‏ די ערשטע רעגנמאַנטלען אין די שיינע רויטע, בלויע און געלע פֿאַרבן זענען דורך די אייגנטימער פאַרקויפט נעװאָרן פאר 2 ביז 8 קילאָ קאַרטאַפל, אָבער אזוי גיך וי די מאַנטלען האָבן אָנגע- הויבן קומען אין די צענדליקער אויפן מאַרק, איז זייער פּריין . 5. ג : = - 235 אי 8, 6 4 : אָנגעקומען טין געסט

passage_ee57d0b3758708161c8935df