114 אברחהם ציקערט -- אזוי האָבן מיר נעלעבט... זייערע חפצים האָבן געקענט דאָס מעבל און אנדערע הויז-זאַכן איבערלאָזן אין די מאַגאַזינען פון עלטסטן פון די יידן, מ. ח. רומקאָווסקי,. יעדער איינער װאָס איז געווען פארצייכנט ארויס- געשיקט צו ווערן האָט געהאט דאָס רעכט צו טוישן 20 געטאָ- מאַרק אויף דייטשע מאַרקן. דער פטאַטיסטישער אַמט אין נגעטאָ האָט צו וויסן געגעבן די געוועלבער צו וועלכע די ארויסגעשיקטע זענען געווען צונע- טיילט, אז פון א געגעבענעם טאָג אָן פארלירן די לעבנמיטל קאַרטן פון די און די פּערזאָנען זייער גילטיקייט. מיטן דאָזיקן מיט? האָט רומקאָווסקי לייכט געקענט אויספירן דעם אורטייל פון ארויסשיקן די אָפּנעקליבענע. פאר די װאָס האָנן זיך געמאָלדן , פרייוויליק", ד ה. אליין זיך רעניסטרירט ארויסצו- פאָרן, זענען נעמאַכט געװאָרן ספּעציעלע הנחות און זיי האָבן באַקומען געוויסע צוטיילונגען פון לעבנמיטל. אלע משפּחות מיט , חתונה קאַרטן" האָבן פאר דער דאַטע פון פארלירן זייער לעבנסמיטל קאַרטע, געהאַָט דאָס רעכט צו באַקומען זייערע צוטיילונגען אָן א רייע. אָבער היות ס'האָט זיך געהאַנדלט וועגן הונדערטער און טױזנטער אזעלכע ;פּריויליגירטע", איז די דאָזיקע פּריויליניע נעווען מער א טעאָרעטישע װוי אן אמתע,
געוויינטלעך זענען ארויסגעשיקט געװאָרן משפּחות צוזא- מען, פ'האָט אָבער גאר אָפט געטראָפן, אז אן איינצלנער מיט- נגליד װאָס האָט געלעבט מיט דער משפּחה, וי למשל א חתונה געהאַטע טאָכטער, װאָס איר מאַן אין געווען אויף אַרבעט אין דייטשלאַנד און זי האָט נעוווינט מיט אירע אָדער זיינע עלטערן --- האָט באַקומען די אויפפאָדערונג צוצושטעלן זיך צום טראַנספּאָרט אליין. אין אזעלכע פאַלן האָט אָפט געטראָפן, אז די אַנדערע האָבן זיך אָנגעשלאָסן מיט דער האָפנונג פון בלייבן צוזאמען. די געטאָ אַדמיניסטראַציע האָט אין אזעלכע פאַלן געהאָלפן מיט געוויסע פארלייכטערונגען וי פּראָלאָנגירן די דאַטע, געבן הילף אין פארקויפן די חפצים אא"ו. דאָס איז געטאָן נעװאָרן מיט דער אויסרעכענונג, אז אזא משפּחה העלפט גיכער פו?ל מאַכן די צאָל -- װאָס דאַרף וערן ארויסגעשיקט, וי גרויס איז געווען די צאָל? די ערשטע צאָל איז נגעווען -- צען טויזנט. רומקאָווסקי האָט אין זיין רעדע זיך באַרימט, אז מען האָט פון אים פאַרלאַנגט 20,000 מענטשן, אָבער ער האָט דעם נזר קלענער נעמאַכט און פון געטאָ ועלן ארויסגעשיקט ווערן נאָר צען טויזנט מענטשן. , די צען טויזנט װאָס וװועלן ארויסגעשיקט ווערן? -- האָט רומקאָווסקי פארזי- כערט -- ברעננען דעם געטאָ סייווי נישט קיין נוצן. דאָס זענען די פּאַראַזיטן װאָס ווילן נישט אַרבעטן, די פוילאַקעס װאָס מאַכן מיאוס דעם נאָמען פון דעם האָרעפּאַשניק, ואָס האלט דאָס נעטאָ בכבוד דורך זיין אַרבעט? -- אזוי האָט גע'דרשנט דער עלטסטער פון די יידן אין ליצמאַנשטאַט געטאָ.
אָבער, מיט קליינע איבעררייסן, האָט זיך די אויסויך- לונג פארצויגן פון יאַנואַר ביז טיף אין אפּריל 1949 און נישט צען טויזנט נאָר שוין איבער פערציק טויזנט זענען געװאָרן ארויסגעשיקט. פ'האָבן זיך אויף פארשידענע ערטער באַויזן אומלעגאַלע קורצע אָבער שאַרפע פּראָטעסט-אויפרופן; , פער- ציס טויזנםס מענטשן זענען ארויסגעשיקט געװאָרן פון געטאַ --- וווּאַהין?? -- האָט געפרעגט אזא פלונבלעט?, אן אַנדער פלונבלעט?ל האָט גערעדט נאָך האַרבער; רומקאַװסקי קען זיך דערלויבן צו גלויבן די דייטשן, קענען מיר זיך דערלויבן דעם לעבנספּריין פון אזא לוקסוס, וי גלויבן רומקאָווסקין?" אָבער די בלעטלעך זענען געווען סכנותדיק. דאָס האָבן ביי זיך אזא בלעטל האָט געקענט גורם זיין ארויסגעשיקט צו ווערן פון געטאָ.
צו יענער צייט איזן די לעבנסמיט? צוטיילונג געווען פאר א דעקאַדע, ד. ה. צען טעג. אין סוף אפּריל 1942 אין פאָרי געקומען אן איבעררייס פון א פּאֶר טעג אין דער אויסזידלונג און אֶנהויב מאי איז באַקאַנט געװאָרן, אז ביז צום 12טן מאי וועלן ארויסגעשיקט ווערן פון געטאָ אן ערך צען טויזנט פון די איינגעזידלטע. דאָס איז געווען א נייעס פארן געטאָ, וייל ביז צום אֶנהוֹיב מאַי האָט רומקאָווסקי די ניי איינגעזידלטע נישט איינגעשלאָסן אין די ליסטעס. דאָס מאָל אין געוען אומגעקערט -- נאָר אייננעזידלטע. די איינציקע אויסנאמען פאר די ניי נעקומענע זענען געווען מענטשן װאָס האָבן געהאַט מיליטערישע אויסצייכנונגען (דעם אייזערנעם קרייץ א א.) פון דער ערשטער וועלט-מלחמה. היות די לעצטע ראַציע אין געווען פארן פּעריאָד פון ערשטן ביזן צענטן מאי, האָט די נייע ראַציע געדאַרפט פֿאַרטײלט ווערן אָנהויבנדיק פון 8טן מאַי. אָבער צוליב דעם ואָס עס האָט ,געדראָט", אז די נישט באַ- רעכטיקטע װאָס האָבן נעדאַרפט ארויסגעשיקט וערן זאָלן אויסנוצן די ראַציע כדי זיך אָפּצוהאַלטן פון די טראַנספּאָרטן, אין די ואַציע אָפּנעהאַלטן געװאָרן ביז צום פארענדיקן פון דער אַקציע. דאָס הונגערפולע נגעטאָ, האָט פיר טעג צייט זיך געפּײיניקט אָן שפּייז. די פארטיילונג פון דער ראַציע פאר דער דעקאַדע 11--20 מאי 1942 האָט זיך אָנגעהויבן ערשט דעם 32טן מאי.
די צייט פון דער ערשטער דעפּאָרטאַציע, אָדער ריכטי" קער די צייט פון אָקטאָבער 1941, ווען די ניי איינגעזירלטע האָבן אָנגעהויבן קומען, ביז מאי 1942, וען די ערשטע אויסזידלונג האָט אָנגעהאַלטן, איז געווען סימבאָליזירט דורך א גרופּע פון אן ערך 8000 מענטשן, װאַרשיינלעך גאַנצע משפּחות וװאָס זענען געקומען מיסטעריעז אין געטאָ, שטילער- הייט זענען זיי אויסגעמאַרדעט געװאָרן און פארשוונדן פון דעם געטאָ-בילד צוריקגעבנדיק צום געטאָ די פּאָר שפּאַן ערד װאָס זיי האָבן פאר די אַן ערך זעקס חדשים נעבאָרגט ביים עלטסטן פון די יידן.
ס'איז נישט באַקאַנט פארן שרייבער פון די שורות ווער די מענטשן זענען אין אמת'ן געװען. געהייסן האָט עס צו יענער צייט, אז אין דעם ווינקל פון דער מזרח גרענעץ פון געטאָ, אויף בזשעזשינער נאַס, זענען אריינגעשיקט געװאָרן ציגיינער; דאָס איז אויף יעדן פאַל נעווען די אָפיציעלע ווער- סיע. קלאַננען זענען ארומנענאַנגען אין נעטאָ, אז די משפּחות זענען געווען פּאַליטישע טוער פון טשעכאָסלאַװאַקיע. א געטאָ- דאָקטאָר װאָס האָט די נרופּע באַהאַנדלט, שטענדיק אין קעגנ- װאַרט פון דייטשע מיליטערלייט, האָט געזאָנט, אזן ער האָט געהערט אַ שפּראַך װאָס האָט לויט זיין מיינונג געקענט זיין אוננאָריש, אָדער רומעניש. פאַרשידן זענען געווען די קלאַנגען וועגן יענער מיסטעריעזער גרופּע, אָבער עטלעכע פאַקטן קענען אויטענטיש פאַרצייכנט ווערן : 4) אַפֹּאֶר נעטאָ-הײזער, פון אַן ערך בזשעזשינער 82 ביז נומער 100 זענען געװאָרן אָפּנגערײיניקט פון זייערע געטאָ- איינוווינער און זענען געװאָרן אַרומנעצוימט סמיט אַ באונ- דערע צוים, אָפּגעטײלט פון געטאָ.