Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 119
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-921

יידיש לאָדוש 115 ןיע אט ט. .66 א יי 2) די געטאָפּאָליצײ איזן געווען פאַראַנטװאָרטלעך פאַר דער באַװעגונג פון פארקער פון געטאָ אין דעם אָפּנעטײלטן שטח. דער פאַרקער איז פאָרגעסומען דורך א ספּעציעלן טויער, 9) ,די ציגיינער" זענען נישט געוען פאַרטראָטן אין דער באַואַכונג. 4 די משפּחות האָבן זיך קיינמאָל נישט באַויון אין דער אָפּנעצוימטער גאַס. זעט אויס, אז דאָס איז געווען פאר זיי פארבאָטן. אָבער פון די פענצטער האָבן אין די ערשטע פּאָר װאָכן ארויסגעקוקט אין געטאָ אריין יונגע גום געסליירטע מענטשן מאַנכעס מאָל מיט קינדער אויפן האַנט. אַמאָל אן עלטער פּנים. די דאָזיקע פענצטער-איינגערעמטע בילדער זענען ניך געװאָרן אַנדערש, זעלטענער, מער פארטרויערט, פאַרצערט און ביסלעכווייז האָבן זיי אינגאַנצן אויפגעהערט, די פענצטער זענען געבליבן בלינד -- אָן בילד, פ) דאָס נגעטאָ האָט צוגעשטעלט די באַשפּייזונג פאר דער דאָזיקער גרופּע. זייער צוטיי? איז געװוען גאַנץ אַנדערש וו פאַרן רעשט פון געטאָ, גרעסער און פון א בעסערער קוואַליטעט.

passage_f484d4da64326405e43e8d21
Passage 2normalized OCR · source chars 923-1693

6) דער געזונט-צושטאַנד פון דער גרופּע אין בייזוויליק באשעדיקט געװאָרן דורך דער דייטשער מאַכט. די הויף- קלאָזעטן זענען נישט גערייניקט געװאָרן, װאַסער איז געװאָרן גאַנץ אָפט אָפּנעשלאָסן און ס'האָט זיך ביי דער גרופּע פאר- שפּרייט בויך- און פלעק-טיפוס. ערשט דעמאָלט איז דער גע- זונטהייטס-וועזן אין געטאָ געװאָרן אויפגעפאָדערט איבערצונע- מען די מעדיצינישע איבערזיכט און די געטאָ צואה-וועגעלעך, די פאקאליסטן האָבן אָנגעהויבן אריינגיין אויסרייניקן דאָרט די קלאָזעטן. אויך זיי האָבן געטאָן זייער ארבעט מיט דייטשער שמירה. געווען א פאַל ווען א פאקאליסט האָט געפּרוווט אוים- הויבן א פּאַפּיר? און עס באַהאַלטן, דער דייטשער וועכטער האָט עס באַמערקט און דעם יונגערמאַן אזוי מערדערלעך צע- שלאָגן, אז מער האָט שוין קיינער נישט געפּרוּוום דערגיין די מיסטעריע ווער די איינוווינער זענען.

passage_87634bacdf4669af198eaa4e
Passage 3normalized OCR · source chars 1695-2636

אָט די עטלעכע פאַקטן זענען אויטענטישע. ס'איז אויך אויטענטיש דער פאַקט, אז אין געטאָ האָט מען געװוּסט מער װייניקער, אז די מענטשן אין דעם אָפּנעצױימטן שטח וערן סיסטעמאַטיש אויסגעמאָרדעט. ווען די לעצטע פון דער גרופּע זענען אומגעקומען און דאָס געטאָ האָט אריינגעשיקט אויפ- רוימער, כדי די הייזער צו ברענגען אין אָרדנונג, זענען די אויפרוימער צוריקנעקומען מיט דער היינט שוין אזוי באַנאַ- לֶער בילרערישקייט: ,די שטיבן זעען אויס גלייך וי די איינווינער װאָלטן זיי פאַרלאָזט אומגעריכט. טעפּלעך מיט עסן אויףּ דער קיך. טעלער אויפן טיש. א נישט דערעסענער ביסן, א.א.וו." געווען א פּאַליציאַנט אין געטאָ װאָס פלעגט קומען אין הויז פון דעם קדוש חיים װידאַװוסקי און האָט פאר נאָענטע אָנפאַרטרױיט א סוד װאָס האָט געדראָט זיין לעבן. דעם טאָג ווען די לעצטע , ציגיינער" זענען פארשוווּנדן איז ער געשטאַ- נען אויף ואַך ביים טויער און אין געווען פון די ערשטע אין נעטאָ װאָס זענען אריין מיט די אויפרוימער אין ארויס"י געבאָרגטן שטח. פון א דירה האָט ער געהערט אַ קינדיש

passage_028b65d046557f8a2ed922a2
Passage 4normalized OCR · source chars 2638-3271

געוויין. ער איז אריין אין דער דירה און געהערט דאָס געוויין קומען פון א קליינע װאַליזקע. עפנענדיק די װאַליזקע האָט ער דערין געפונען א קינד פון עטלעכע חדשים. אין דער צעפי- שונג און אפשר אויך אויס פּחד, האָט ער דאָס קינד איבער- געגעבן צום דייטשן וועכטער. דער וועכטער האָט דאָס קינד דערשטיפּט, רואיק אויפגענומען דעם נאָמען פון פּאַליציאַנט און זיין נומער און אים געװאָרנט, אז אויב דאָס װועט דער- גיין צו וועמען נישט איז אין געטאָ, װעט דער פּאַליציאַנט צוצאמען מיט זיין משפּחה דערשאָסן ווערן. די ערשטע איינזידלונג האָט זיך אָנגעהויבן מיט די ציניי- נער און די ערשטע אויסזידלונג האָט זיך אן ערך מיט זיי -- געענדיסט. זומער און האַרבסט 1942

passage_d65c4fae9b91ca54810d44b1
Passage 5normalized OCR · source chars 3273-4445

פון אַלֶעם װאָס איז נישט פאַרשטענדלעך ווענן דער בלו- טיקער תקופה פון חורבן איראָפּע, אין אין לאָדזשער געטאָ דאָס יאָר 1942, דאָס סאמע אומפארשטענרלעכסטע. ס'וועט קיין גוזמא נישט זיין אויב ס'וועט געזאָנט ווערן, אן אין ראָ- זיקן יאָר איז קלאָר געװואָרן פארן געטאִיאַנער, אז די דייטשע מערדערישקייט איז אָן א גרענעץ, כאָטש נישט אלע האָבן געוונסט אָדער געװאָלט גלויבן, אז ס'איז פאַראַן א פּלאַן פון אויסמאָרדן אַלע יידן. דער וילן צו לעבן, איבערצולעבן און זיין פון די װאָס װועלן אויסהאַלטן איז געווען דאָס איינ- ציקע פאַרמעגן אין געטאָ. אָבער 1942 איז געווען אן אָנזאָג, אַז דער דייטשער האס שטילט זיך נישט ביים טויט פון יידי- שע מאַסן. דאָס אין דאָס קלאָרע פון יענעם אויסטערלישן בילר. דאָס נישט קלאָרע איז מסתמא די נייע פאַזע װאָס איז אריינ- געטראָטן מיטן אריינשיקן און ארויסשיקן פון נעטאָ. דער שווערער הונגער װאָס האָט יענעם זומער געדריקט האַרט אויף דעם געטאָ. די הונדערטער אויפפאָדערונגען װאָס זענען גראָך דעמאָלט געקומען צו א סך יידן צוצושטעלן זיך אין ,רויטן הייז?" פון דער קרפּאָ (קרימינאַל פּאַליציי), װו זיי זענען, אין גליקלעכע פאַלן, בלויז צעשלאָגן געװאָרן און אין אַנדערע --- דערמאַרדעט געװאָרן אין שייכות מיט סמסירות, אז זיי באַהאַלטן נאָלד אוצרות פון דער דייטשער מאַכט.

passage_82e68246242dfe19ce9dbc18
Passage 6normalized OCR · source chars 4447-5281

אויך צו דעם האָט מען זיך שפּעטער צונעוווינט, אָבער אין 1045 זענען די אלע נעשעענישן חוץ קריפּאָ, געווען ניי, ערשטמאָליק און זיי האָבן ארויסגערופן אן אומבאַהאָלפענע פּאַניק, ענלעך צו דער פּאַניק װאָס איז אַנטשטאַנען צוישן יידן אין די ערשטע חדשים פון דער מלחמה. איצט אָבער איז די פּאַניק געווען געפּאָרט מיט אומבאַהאָלפנקײט, מיט אויס- נעשעפּטקײט און מיט א קעגנװאַרט װאָס האָט איבערגעלאָזט װייניק אָרט פאר זעלבסט אילוזיע. די דיסציפּלין פון לעבן מיט דער שעה האָט נעמוזט זיגן יעדן טאָג פונדאָסניי. יעדן טאָג איז דער געטאַיאַנער גענאַנגען צו דער אַרבעט, ווייל דער מוו האָט אים געטריבן דערצו. דאָס טעפּל זופּ, די ראַציע און רומקאָווסקיס אַרבעטער-ראַציעס װאָס זענען יערעס מאָל געװועקסלט געװאָרן און יעדער וועקסל האָט לאַנג נישט אָננע- האַלטן. זומער 1942 איז געווען די צייט פון ,שטיך-טעג". יעדע צען טעג איז ארויס אַן אַרבעטער-ראַציע, אָבער באַי

passage_151f53144e54aa49dd1827b1